23 avril 2010

דאָס גרויסע געווינס

אַ פּיעסע פֿון שלום–עליכם

 

A5troimParisדער נײַער ספּעקטאַקל פֿונעם טרוים–טעאַטער


אַ שטעטל אין דער צאַרישער אימפּעריע. שימעלע סאַראָקער, אַ פּראָסטער ייִדישער שנײַדער, האָט אַ סך חובֿות. ער קען ניט באַצאָלן דאָס דירה–געלט און די קרעמער. נאָר מיט אַ מאָל מישט זיך אַרײַן דער גורל : ער ציט אויס דאָס גרויסע געווינס און ווערט דער רײַכסטער מענטש פֿונעם שטעטל. ווי וועט איצט אויסזען דאָס לעבן פֿון זײַן משפּחה ? איר וועט זיך אַלץ דערוויסן קומענדיק אויף דער נײַער פֿאָרשטעלונג פֿונעם טרוים–טעאַטער, „דאָס גרויסע געווינס“, לויט שלום–עליכמס דראַמע, געשפּילט אויף דעם גרויסן שרײַבערס באַטעמטן ייִדיש

 

אין ליאָן
 

דעם 2טן מײַ 2010, 16.00 אַ זייגער
 

à l'Espace Hillel

www.espace-hillel.com/presentation.htm


אין פּאַריז

דעם 30סטן און 31סטן מײַ 2010

דעם 30סטן מײַ : 16.00 אַ זייגער

דעם 31סטן מײַ : 20.30 אַ זייגער

au Petit Saint-Martin

17 rue René Boulanger 75010 Paris

אינפֿאָרמאַציעס און בילעטן פֿאַר די פּאַריזער ספּעקטאַקלען אין דעם  פּאַריזער ייִדיש–צענטער   

פּרײַז : 23 אייראָס. מיטגלידער : 18 אייראָס

Posté par MCYBM à 18:30 - Commentaires [0] - Permalien [#]


Commentaires sur דאָס גרויסע געווינס

Nouveau commentaire