Canalblog
Editer l'article Suivre ce blog Administration + Créer mon blog
Publicité
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
1 juin 2010

כּלי–זמר פּאַריז 2010

וואַרשטאַט פֿון ייִדיש געזאַנג
וואַרשטאַט פֿון טראַדיציאָנעלע טענץ
וואַרשאַט פֿאַר קינדער און יוגנטלעכע

פֿון 5טן ביזן 9טן יולי 2010

צום אַכטן יאָר נאָך אַנאַנד וועלן פֿאָרקומען פּאַראַלעל די אויסגערעכנטע אינטענסיווע קורסן פֿאַר בעלנים פֿון יעדן עלטער, פֿון מיטעלער ביז פּראָפֿעסיאָנעלער מדרגה. פֿון איין וואַרשטאַט צו די אַנדערע פֿירן פֿאַרשיידענע בריקן, אַז יעדערער זאָל האָבן אַ מעגלעכקייט צו אַנטפּלעקן דעם רײַכן ייִדישן מוזיק–פֿאָלקלאָר און זיך אין אים צו פֿאַרטיפֿן. (די לעקציעס ווערן געפֿירט אויף פֿראַנצייזיש און ענגליש).

מיט די וואַרשטאַטן פֿירן אָן וועלט באַרימטע קינסטלער :

יעפֿים טשאָרני (מאָלדאָווע) - געזאַנג, כאָר, קאָמפּאָזיציע
קריסטינאַ קראַודער (פֿאַר' שטאַטן) - אַקאָרדעאָן
נאָעל דאַלזאַס (פֿראַנקרײַך) - טענץ, קונצן–מאַכערײַ, אַקטיוויטעטן פֿאַר ייִנגערע
קריסטיאַן דאַוויד (דײַטשלאַנד) - קלאַרנעט
מאַרט דעראָזיע (פֿראַנקרײַך) - מוזיקאַלישע קאָאָרדינירונג, פֿלייטן, אַקטיוויטעטן פֿאַר יוגנטלעכע
סוזאַן גערגוס (מאָלדאָווע) - פּיאַנע, קאָמפּאָזיציע
דוד קראַקאַוער (פֿאַר' שטאַטן) - קלאַרנעטן
שורה ליפּאָווסקי (האָלאַנד) - אָנפֿירערין פֿון געזאַנג–וואַרשטאַט
אַנדרעאַס שמיטגעס (דײַטשלאַנד) - טענץ, גיטאַרע, מאַנדאָלינע
עמאַ סטימאַן (ענגלאַנד) - קלאַרנעט
אַליסיאַ סוויגלאַס (פֿאַר' שטאַטן) - פֿידל
נעמי ווײַספֿעלד (פֿראַנקרײַך) - טעאַטער, טענץ, געזאַנג, אַקטיוויטעטן פֿאַר ייִנגערע
סטיוו ווײַנטראַוב (פֿאַר' שטאַטן) = טענץ
און זייערע באַהעלפֿערס…

אין פּראָגראַם : וואַרשטאַטן, רעפֿעראַטן, מוסטער–לעקציעס, ספּעקטאַקלען… געוויסע טעטיקייטן וועלן זײַן אָפֿן פֿאַרן ברייטן עולם. און פֿאַר די 7 - 17–יעריקע, אַ פֿיל–תּחומימדיקער פּראָיעקט : „דער גרויסער כּלי–זמר-צירק“…

אינפֿאָרמאַציע און אײַנשרײַבונג בײַ עסטעל : 00 14 00 47 01 אָדער דורך בליצפּאָסט.

איר קענט אַראָפּנעמען פֿון אינטערנעץ :
- די פּרעזענטירונג,
- דעם אײַנשרײַב–בויגן
- די וווינונגען–רשימה

אַדרעסן, טעלעפֿאָנען : זעט פֿראַנצייזישן אָפּטייל.

Publicité
Publicité
Commentaires
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
Publicité
Publicité