Canalblog
Editer l'article Suivre ce blog Administration + Créer mon blog
Publicité
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
1 juillet 2010

וואַרשטאַטן פֿונעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער

נאָך די וואַקאַציעס לערנט זיך שפּילן קלעזמאָרים–מוזיק, זינגען, שפּילן טעאַטער און קאָכן ייִדישע מאכלים.

shura_0709_72pppכאָר טשיריבים
אָנגעפֿירט דורך שורה ליפּאָווסקי
כּדי אָנטיילצונעמען דאַרף מען ניט קענען די נאָטן אָדער קענען ייִדיש. ס'איז גענוג צו וועלן זינגען ! שורה ליפּאָווסקי איז אַ זינגערין און דערציילערין, זי לערנט דעם ייִדישן רעפּערטואַר וואָס זי שטעלט אַלע מאָל אין זײַן היסטאָרישן קאָנטעקסט. זי איז טעטיק אין דער געזעלשאַפֿט „מוזיק אָן גרענעצן” וואָס שטעלט זיך אײַן פֿאַר שלום דורך מוזיק און טאַנץ.

שׂכר–לימוד : 185 אייראָס (18 טרעפֿונגען צו 2 שעה), אַרײַנגערעכנט 10 אייראָס פֿאַר פֿאָטאָקאָפּיעס

איין זונטיק אַ חודש פֿון 11.00 ביז 13.00 אַ זייגער און פון 14.30 ביז 16.30 אַ זייגער
מע עסט מיטיק צוזאַמען. יעדער איינער ברענגט עפּעס צו עסן אָדער צו טרינקען. גענויע דאַטעס — אין סעפּטעמבער

 


 
theatre_visuel_duo_72pppטעאַטער–וואַרשטאַט
אונטער אויפֿזיכט פֿון שאַרלאָט מעסער
אָנגעפֿירט דורך נעמי ווײַספֿעלד
מיט דער הילף אויפֿן געביט פֿון שפּראַך פֿון רענע קאַלושינסקי

מע לערנט זיך דאָרטן טעאַטער–טעכניקן און אַנטוויקלט דעם בעל–פּה אויסדרוק אויף ייִדיש. יעדער איינער קען אָנטייל נעמען, אַפֿילו אויב מע קען ניט פֿון פֿריִער קיין טעאַטער–טעכניק

דער וואַרשטאַט גרייט ניט צו קיין ספּעקטאַקלען

די טרופּע
אָנגעפֿירט דורך שאַרלאָט מעסער

דער ציל פֿון דער טעאַטער–טרופּע איז צוצוגרייטן ספּעקטאַקלען אויף ייִדיש. זי האָט שוין געשטעלט צוויי פּיעסעס און איצט שטעלט זי אַ דריטע. די אַקטיאָרן קומען דער עיקר פֿון דעם טעאַטער–וואַרשטאַט

די גענויע דאַטעס — אין אָקטאָבער
שׂכר–לימוד : 160 אייראָס (15 טרעפֿונגען אַ יאָר) און 10 אייראָס פֿאַר פֿאָטאָקאָפּיעס


klezmer_charles_72ppp
וואַרשטאַטן פֿון קלעזמאָרים–מוזיק
אָנגעפֿירט דורך מאַרט דעראָזיער
פֿינף טרעפֿונגען אין טרימעסטער
איין זונטיק אַ חודש
גענויע דאַטעס — אין אָקטאָבער
וואַרשטאַט געשאַפֿן דורך מאַרט דעראָזיער און עסטעל הולאַק. פֿאַר מענטשן וואָס קענען שוין שפּילן אויף אַן אינסטרומענט. עס גיט אַ געלעגנהייט צו שטודירן באַקאַנטע און ווייניקער באַקאַנטע מוזיק–שטיק און צו שאַפֿן אַן אייגענעם רעפּערטואַר מיטן ציל צו שפּילן אויף דער בינע. ס'איז דאָ אויך מאַסטער–קלאַסן מיט מוזיקער פֿון אַ הויכן ניוואָ

שׂכר–לימוד : 170 אייראָס פֿאַר 15 טרעפֿונגען אַ יאָר, אַרײַנגערעכנט 10 אייראָס פֿאַר פֿאָטאָקאָפּיעס. סטודענטן אונטער 30 יאָר : 150 אייראָס 


cuisine_visuel_72pppקאָכוואַרשטאַט
אָנגעפֿיט דורך רעזשין נעבעל און שאַנין קאָפּטשיאַקr
וואָס וואָלט געווען די ייִדישע קולטור אָן קיך
דער קאָכוואַרשטאַט לייגט פֿאָר איבערצוגעבן ייִדישע משפּחה–קיך מיט אירע סודות און דעם ספּעציפֿישן וואָקאַבולאַר. דער וואַרשטאַט איז אָפֿן אי פֿאַר אָנהייבער אי פֿאַר געניטע קעכינב. מע רעדט דאָרטן פֿראַנצייזיש און ייִדיש, ווי מע וויל. מע קען קומען מיט דער משפּחה

דער אָנהייב אינעם ערשטן טרימעסטער פֿון 2011. נאָר פֿאַר מיטגלידער פֿונעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער.
שׂכר–לימוד 15 אייראָס. ביז 20 מענטשןן. מע דאַרף רעזערווירן און באַצאָלן פֿון פֿריִער


Publicité
Publicité
Commentaires
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
Publicité
Publicité