Canalblog
Editer l'article Suivre ce blog Administration + Créer mon blog
Publicité
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
1 juillet 2010

איר ווילט זיך לערנען ייִדיש

05_mains_sur_cahier

פּאַריזער ייִדיש–צענטער לייגט פֿאָר, פֿון אָקטאָבער אָן, אַ 15 ייִדיש–לעקציעס, פֿאַר אַלע, פֿון אָנהייבער ביז קענער

אָנהייבער
לעקציעס פֿון גערעדטער און געשריבענער שפּראַך
זונטיק פֿון 11.00 ביז 13.00 אַ זייגער 
לערערין : אַניק פּרים–מאַרגוליס
מאָנטיק פֿון 15.00 ביז 17.00 אַ זייגער
לערערין : גיטעלע מילכבערג
מאָנטיק פֿון 19.30 ביז 21.30
לערערין : שרון בר–כּוכבֿא

צווייטע מדרגה
פֿאַרטיפֿן די גערעדטע און די געשריבענע שפּראַך
דינסטיק פֿון 16.00 ביז 18.00 אַ זייגער
לערער : אַהרן וואַלדמאַן
מיטוואָך פֿון 19.00 ביז 21.00 אַ זייגער
לערער : יצחק ניבאָרסקי — די 1טע שעה, און נאַדיאַ דעהאַן–ראָטשילד — די 2טע שעה

דריטע מדרגה
אַוואַנסירטע גראַמאַטיק, אַרײַנפֿיר אין ליטעראַרישע טעקסטן
מאָנטיק פֿון 19.00 ביז 21.00 אַ זייגער

לערערין : דאָראָטע וויענע

פֿערטע מדרגה
מאָנטיק פֿון 14.00 ביז 16.00 אַ זייגער
לערער : רובי מאָנעט און יצחק ניבאָרסקי
דאָנערשטיק פֿון 19.00 ביז 21.00 אַ זייגער
לערער : אַהרן וואַלדמאַן און נאַטאַליאַ קריניצקאַ

אַוואַנסירטע
ליטעראַרישע טעקסטן
מאָנטיק פֿון 10.00 ביז 12.00 אַ זייגער
לערער (אַ וואָך איבער אַ וואָך) : מאָריס גלאַזמאַן און זשיל ראָזיע
דינסטיק פֿון 18.30 ביז 20.30 אַ זייגער
לערערין : נאַטאַליאַ קריניצקאַ
דאָנערשטיק פֿון 14.00 ביז 16.00 אַ זייגער
לערער : רובי מאָנעט און זשיל ראָזיע

תּנך
דאָנערשטיק פֿון 18.30 ביז 20.30 אַ זייגער
חומש אין יהואשעס איבערזעצונג, מיט עלעמענטן פֿון פֿאָלקלאָר און ליטעראַרישע טעקסטן אינספּירירטע פֿונעם תּנך

לערער : יצחק ניבאָרסקי

איבערזעצונג–וואַרשטאַט
דינסטיק פֿון 14.00 ביז 16.00 אַ זייגער — 20 באַגעגענישן אַ יאָר
לערערין : בתיה בוים

שמועס–וואַרשטאַט
ייִדיש אויף דער צונג

צוויי מיטוואָכן אַ חודש פֿון 19.00 ביז 21.00 אַ זייגער און צוויי דאָנערשטיקן אַ חודש פֿון 16.00 ביז 18.00 אַ זייגער

אָנגעפֿירט דורך פֿאַרשיידענע לערערס

שׂכר–לימוד
ייִדיש–לעקציעס (1 מאָל אַ וואָך) : 320 אייראָס פֿאַר אַ קורס.
סטודענטן אונטער 30 יאָר : 220 אייראָס (אַרײַנגערעכנט פֿאָטאָקאָפּיעס–אָפּצאָל). אַ מענטש וואָס איז אײַנגעשריבן אויף אַ קורס קען זיך אײַנשרײַבן אויף אַ צווייטן צו 180 אייראָס, סטודענטן אונטער 30 יאָר — 110 אייראָס

איבערזעצונגען–וואַרשטאַט : 230 אייראָס, אַרײַנגערעכנט פֿאָטאָקאָפּיעס–אָפּצאָל

ייִדיש אויף דער צונג : 190 אייראָס

כּדי זיך אײַנצושרײַבן אויף די קורסן דאַרף מען זײַן אַ מיטגליד פֿונעם פּאַרזיער ייִדיש–צענטער

לאָדט אָפּ ייִדיש–לעקציעס אין פּד''ף

אײַנשרײַבונגען
זונטיק דעם 5טן סעפּטעמבער פֿון 14.00 ביז 18.00 אַ זייגער
דינסטיק דעם 21סטן סעפּטעמבער פֿון 14.00 ביז 20.00 אַ זייגער
שבת דעם 25סטן סעפּטעמבער פֿון 14.00 ביז 17.00 אַ זייגער

אָנהייב לעקציעס : זונטיק דעם 3טן אָקטאָבער הײַיאָר

מער אינפֿאָרמאַציעס

01 47 00 14 00

medem@yiddishweb.com

Publicité
Publicité
Commentaires
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
Publicité
Publicité