Canalblog
Editer l'article Suivre ce blog Administration + Créer mon blog
Publicité
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
29 septembre 2010

דאָס גרויסע געווינס ווערט ווידער געשפּילט

נאָך דעם דערפֿאָלג פֿון די דרײַ ערשטע פֿאָרשטעלונגען, ווערט די נײַע פּיעסע פֿונעם טרוים–טעאַטער ווײַטער געשפּילט

מע קען נאָך קויפֿן בילעטן

דאָס גרויס געווינסA5troimParis 
פֿון שלום–עליכם

אַדאַפּטירט און אינסצעניזירט פֿון שאַרלאָט מעסער


צוויי נײַע פֿאָרשטעלונגען אין נאָוועמבער

אַ שטעטל אין דער צאַרישער אימפּעריע. שימעלע סאַראָקער, אַ פּראָסטער ייִדישער שנײַדער, האָט אַ סך חובֿות. ער קען ניט באַצאָלן דאָס דירה–געלט און די קרעמער. נאָר מיט אַ מאָל מישט זיך אַרײַן דער גורל : ער ציט אויס דאָס גרויסע געווינס און ווערט דער רײַכסטער מענטש פֿונעם שטעטל. ווי וועט איצט אויסזען דאָס לעבן פֿון זײַן משפּחה ? איר וועט זיך אַלץ דערוויסן קומענדיק אויף דער נײַער פֿאָרשטעלונג פֿונעם טרוים–טעאַטער, „דאָס גרויסע געווינס“, לויט שלום–עליכמס דראַמע, געשפּילט אויף דעם גרויסן שרײַבערס באַטעמטן ייִדיש


אין ייִדיש מיט פֿראַנצייזישע אייבערשריפֿטן


דעם 21סטן און 28סטן נאָוועמבער 2010, 19.00 אַ זייגער

די פֿאָרשטעלונג פֿון 7טן נאָוועמבער איז אַנולירט און פֿאַרטראָטן מיט דער פֿאָרשטעלונג פֿונעם 28סטן נאָוועמבער

אין

Théâtre du Petit Saint-Martin
17 rue René Boulanger 75010 Paris

אינפֿאָרמאַציעס און בילעטן

Maison de la culture yiddish 01 47 00 14 00
פרײַז : 23 אייראָס. מיטגלידער : 18 אייראָס


פֿאַרשפּעטיקט ניט ! מע האָט שוין פֿאַרקויפֿט אַ סך בילעטן



 

Publicité
Publicité
Commentaires
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
Publicité
Publicité