29 septembre 2010

אָקטאָבער אינעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער

די רעפֿעראַטן, באַגעגענישן און פֿאַָרלייענונגען קומען פֿאָר אינעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער — מעדעם–ביבליאָטעק 29, rue du Château d'Eau - Paris 10eTél : 01 47 00 14 00 / fax : 01 47 00 14 47 צו זען אַלע אונדזערע אַקטיוויטעטן, קוקט אַרײַן אין דער בראָשור בראָשור
Posté par MCYBM à 23:32 - Commentaires [0] - Permalien [#]

29 septembre 2010

דער בריוו פֿון אָקטאָבער

דער חודשלעכער בריוו פֿונעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער -- מעדעם–ביבליאָטעק איז שוין אויף אינטערנעץ   http://yiddish2yiddish.canalblog.com  
Posté par MCYBM à 23:06 - Commentaires [0] - Permalien [#]
29 septembre 2010

דאָס גרויסע געווינס ווערט ווידער געשפּילט

נאָך דעם דערפֿאָלג פֿון די דרײַ ערשטע פֿאָרשטעלונגען, ווערט די נײַע פּיעסע פֿונעם טרוים–טעאַטער ווײַטער געשפּילט מע קען נאָך קויפֿן בילעטן דאָס גרויס געווינס פֿון שלום–עליכם אַדאַפּטירט און אינסצעניזירט פֿון שאַרלאָט מעסער צוויי נײַע פֿאָרשטעלונגען אין נאָוועמבער אַ שטעטל אין דער צאַרישער אימפּעריע. שימעלע סאַראָקער, אַ פּראָסטער ייִדישער שנײַדער, האָט אַ סך חובֿות. ער קען ניט באַצאָלן דאָס דירה–געלט און די קרעמער. נאָר מיט אַ מאָל מישט זיך אַרײַן דער גורל : ער ציט אויס דאָס גרויסע געווינס און ווערט דער רײַכסטער מענטש... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 22:41 - Commentaires [0] - Permalien [#]
29 septembre 2010

לעקציעס און וואַרשטאַטן אינעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער

ס'איז נאָך ניט צו שפּעט זיך אײַנצושרײַבן אָנהייב לעקציעס און וואַרשטאַטן : זונטיק דעם 3טן אָקטאָבער 2010 צו קריגן מער אינפֿאָרמאַציעס, קלינגט אָן 01 47 00 14 00 אָדער שרײַבט אויפֿן בליצאַדרעס  medem@yiddishweb.com   איר ווילט זיך לערנען ייִדיש דער פּאַרזיער ייִדיש–צענטער לייגט פֿאָר אַ פֿופֿצן ייִדיש–לעקציעס, פֿון דער מדרגה אָנהייבערס ביז אַוואַנסירטע אָנההבערס עלעמענטאַרע גראַמאַטיק און וואָקאַבולאַר, לייענען, שרײַבן  זונטיק פֿון 11.00 ביז 13.00 אַ זייגער לערערין : אַניק פּרים–מאַרגוליס מאָנטיק... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 22:10 - Commentaires [0] - Permalien [#]
29 septembre 2010

ליטעראַרישער עונג–שבת

  דער ערשטער ליטעראַרישער עונג–שבת אין אונדזער נײַעם לאָקאַל י. י. טרונק און זײַן ווערק פּוילן     שבת דעם 2טן אָקטאָבער, 15.00 אַ זייגער פֿאַר דעם ערשטן עונג–שבת אינעם נײַעם לאָקאַל האָבן מיר אויסגעקליבן אַ שרײַבער וואָס האָט צום בעסטן אָפּגעגעבן כּבֿוד פּוילישע ייִדן. אויסגעקליבענע פֿראַגמענטן פֿון זײַנע זיבן בענד זכרונות, פֿאָרגעלייענט דורך אונדזער לאַנגיאָריקן מיטאַרבעטער שלום ראָזענבערג   אויף ייִדיש אַרײַנגאַנג פֿרײַ צו רעזערווירן קלינגט אָן 01 47 00 14 00
Posté par MCYBM à 20:07 - Commentaires [0] - Permalien [#]
29 septembre 2010

חודשלעכער סעמינאַר פֿון ייִדישער ליטעראַטור

  חודשלעכער סעמינאַר פֿון ייִדישער ליטעראַטור סעמינאַר אויף ייִדיש געווידמעט ר' נחמן בראַסלעווער, 1810-1772   צו זײַן 200סטן יאָרצײַט   אָנגעפֿירט דורך יצחק ניבאָרסקי און נאַטאַליאַ קריניצקאַ געשטיצט דורך ROTHSCHILD FOUNDATION (EUROPE) זונטיק דעם 3טן אָקטאָבער 2010, 9.30 אַ זייגער לעבן און תּורות. די סיפּורי–מעשׂיות  דער סעמינאַר איז אין גאַנצן אויף ייִדיש ; יעדער תלמיד וואָס האָט דורכגעמאַכט דרײַ יאָר ייִדיש–לעקציעס קען אָנטייל נעמען. שעהען : פֿון 9.30 ביז 12.30 און פֿון 14.00 ביז 16.30 אַז'.... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 19:08 - Commentaires [0] - Permalien [#]

29 septembre 2010

ליטעראַריש באַגעגעניש

באַגעגעניש מיט מישעל אַלעסיאָ, איבערזעצער פֿונעם בוך דאָס לשון פֿון די ייִדן אין די אַרבע קהילות פֿון קאָמטאַ–ווענעסען פֿון זאָזאַ שײַקאָווסקי דינסטיק דעם 5טן אָקטאָבער, 20.00 אַ זייגער זאַזאַ שײַקאָווסקי, אַ פּוילישער ייִד, איז אָנגעקטומען אין פֿראַנקרײַך אין 1927 און האָט אין אָנהייב פֿונעם 2טן וועלטקריג געדינט אין דער פֿראַנצייזישער אַרמיי. אַ פֿאַרוווּנדיקטער איז ער עוואַקויִרט געוואָרן אין קאַרפּאַנטראַ. דאָרטן האָט ער געפֿאָרשט די אָרטיקע ייִדישע געשיכטע. מישעל אַלעסיאָ, דער איבערזעצער, איז געבוירן געוואָרן אין מאַרסיי... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 18:10 - Commentaires [0] - Permalien [#]
29 septembre 2010

ייִדישע קינסטלער פֿון עקאָל דע פּאַרי

לאַ ריש  באַזוך אויף ייִדיש (מיט אַן איבערזעצונג אויף פֿראַנצייזיש), אָנגעפֿירט דורך פֿאַני באַרבאַרע און רעזשין נעבעל  פֿרײַטיק דעם 8טן אָקטאָבער, 14.30 אַ זייגער מע טרעפֿט זיך בײַם אַרײַנגאַנג פֿון passage Dantzig - Paris 15ème - Métro Convention    אײַנטריט : 11 אייראָס. מיטגלידער : 7 אייראָס עס קענען אָנטייל נעמען ביז 20 מענטשן מע דאַרף רעזערווירן און באַצאָלן פֿון פֿריִער   
Posté par MCYBM à 17:12 - Commentaires [0] - Permalien [#]
29 septembre 2010

דינסטיקן געווידמעט דעם נעכטן און דעם הײַנט

ציקל : ייִדן אין מיטל–אייראָפּע, אַ מאָדערנע געשיכטע אַ ציקל פֿון 7 רעפֿעראַטן אויף פֿראַנצייזיש דורך פֿיליפּ בוקאַראַ דינסטיק דעם 12טן אָקטאָבער, 20.30 אַ זייגער ערשטער רעפֿעראַט פּוילן אין דער קאָמוניסטישער תּּקופֿה פּרײַז פֿאַר אַ רעפֿעראַט : 5 אייראָס. מיטגלידער : 3 אייראָס מע דאַרף אָנקלינגען צו רעזערווירן 01 47 00 14 00 באַגעגעניש מיט אַנעט וויעוויאָרקאַ דינסטיק דעם 19טן אָקטאָבער, 20.00 אַ זייגער אויף פֿראַנצייזיש פּרײַז פֿאַר אַ רעפֿעראַט : 5 אייראָס. מיטגלידער : 3 אייראָס מע דאַרף אָנקלינגען צו רעזערווירן... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 16:14 - Commentaires [0] - Permalien [#]
29 septembre 2010

! נײַ

דערעפֿענונג פֿונעם טשײַניק–קאַפֿע פֿאַר די אַלע וואָס האָבן ליב זיך צו טרעפֿן אין אַ וואַרעמער סבֿיבֿה בײַ אַ גלאָז טיי און כאַפּן אַ פֿרײַנדלעכן שמועס אויף ייִדיש דאָנערשטיק פֿון 14.30 ביז 17.00 אַ זייגער אַרײַנגאַנג פֿרײַ 
Posté par MCYBM à 15:22 - Commentaires [0] - Permalien [#]