אַ ספּעקטאַקל ניט צו פֿאַרפֿעלן
דאָס גרויס געווינס
פֿון שלום–עליכם
אַדאַפּטירט און אינסצעניזירט פֿון שאַרלאָט מעסער
צוויי נײַע פֿאָרשטעלונגען אין נאָוועמבער
אַ שטעטל אין דער צאַרישער אימפּעריע. שימעלע סאַראָקער, אַ פּראָסטער ייִדישער שנײַדער, האָט אַ סך חובֿות. ער קען ניט באַצאָלן דאָס דירה–געלט און די קרעמער. נאָר מיט אַ מאָל מישט זיך אַרײַן דער גורל : ער ציט אויס דאָס גרויסע געווינס און ווערט דער רײַכסטער מענטש פֿונעם שטעטל. ווי וועט איצט אויסזען דאָס לעבן פֿון זײַן משפּחה ? איר וועט זיך אַלץ דערוויסן קומענדיק אויף דער נײַער פֿאָרשטעלונג פֿונעם טרוים–טעאַטער, „דאָס גרויסע געווינס“, לויט שלום–עליכמס דראַמע, געשפּילט אויף דעם גרויסן שרײַבערס באַטעמטן ייִדיש
אין ייִדיש מיט פֿראַנצייזישע אייבערשריפֿטן
דעם 21סטן און 28סטן נאָוועמבער 2010, 19.00 אַ זייגער
די פֿאָרשטעלונג פֿון 7טן נאָוועמבער איז אַנולירט און פֿאַרטראָטן מיט דער פֿאָרשטעלונג פֿונעם 28סטן נאָוועמבער
אין
Théâtre du Petit Saint-Martin
17 rue René Boulanger 75010 Paris
אינפֿאָרמאַציעס און בילעטן
Maison de la culture yiddish 01 47 00 14 00
פרײַז : 23 אייראָס. מיטגלידער : 18 אייראָס
פֿאַרשפּעטיקט ניט ! מע האָט שוין פֿאַרקויפֿט אַ סך בילעטן