Canalblog
Editer l'article Suivre ce blog Administration + Créer mon blog
Publicité
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
21 avril 2011

נײַעס פֿון אונדזערע מיטאַרבעטער

צום דערשײַנען פֿון איר גבֿית-עדות „יאָגט אײַך נאָך שוואַרצע פֿלאַטערלעך. וועגן אַ לעבן פֿאַר און נאָך דעם חורבן“ (פּובליקירט דורך דעם פֿאַרלאַג מאַנוסקריפּט) ווערט שׂרה מאָנטאַר (אַ מיטגליד פֿון אונדזער פֿאַרוואַלטונג) אויפֿגענומען אינעם חורבן-מעמאָריאַל. דאָס באַגעגענישן קומט פֿאָר מיטוואָך דעם 11טן מײַ, 19.00 אַ זייגער

אַרײַנגאַנג פֿרײַ ; מע דאַרף רעזערווירן פֿון פֿריִער

01 42 77 44 72

אָדער אויף אינטערנעץ



http://www.memorialdelashoah.org/b_content/getContentFromNumLinkAction.do;jsessionid=F11E4DECFC2588F8C63DD48EC9AC5E6D?itemIdP=943&type=1&itemId=1268

זשיל ראָזיע, דער דירעקטאָר פֿון דער מעדעם-ביבליאָטעק און רובי מאָנע, ייִדיש-לערערין און מיטגליד פֿון אונדזער פֿאַרוואַלטונג, וועלן אָנטייל נעמען אין דער 7טער ליטעראַטור-נאַכט אָרגאַניזירט דורך דעם ייִדישן קולטור-צענטער פֿון מאָנפּעליע דעם 25סטן מײַ פֿון 18.30 אַ זייגער אָן, אויף דער טעמע „ייִדישע ליטעראַטור“. זיי וועלן אָנפֿירן מיט אַ רונדן טיש „די ברידער זינגער און זייער שוועסטער“ וועגן דעם אָרט פֿון פֿרויען אין דער ייִדישער ליטעראַטור

 

 

Publicité
Publicité
Commentaires
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
Publicité
Publicité