Canalblog
Editer l'article Suivre ce blog Administration + Créer mon blog
Publicité
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
5 juillet 2011

וואַרשטאַטן פֿון קלעזמאָרים–מוזיק און טאַנץ

כּלי–זמר פּאַריז2011

ייִדישע מוזיק פֿון מיטל-אייראָפּע

אָרגאַניזירט צום 9טן מאָל דורך עסטעל הולאַק און מאַרט דעראָזיער

וואַרשטאַט פֿון ייִדיש געזאַנג

וואַרשטאַט פֿון אינסטרומענטאַל-מוזיק

וואַרשטאַט פֿון טראַדיציאָנעלע טענץ
וואַרשאַט פֿאַר קינדער און יוגנטלעכע - פֿון 7 יאָר אָן

פֿון זונטיק דעם 3טן ביז פֿרײַטיק דעם 8טן יולי 2011

צום נײַנטן יאָר נאָך אַנאַנד וועלן פֿאָרקומען פּאַראַלעל די אויסגערעכנטע אינטענסיווע קורסן פֿאַר בעלנים פֿון יעדן עלטער, פֿון מיטעלער ביז פּראָפֿעסיאָנעלער מדרגה. פֿון איין וואַרשטאַט צו די אַנדערע פֿירן פֿאַרשיידענע בריקן, אַז יעדערער זאָל האָבן אַ מעגלעכקייט צו אַנטפּלעקן דעם רײַכן ייִדישן מוזיק–פֿאָלקלאָר און זיך אין אים צו פֿאַרטיפֿן. די לעקציעס ווערן געפֿירט אויף פֿראַנצייזיש און ענגליש

מיט די וואַרשטאַטן פֿירט אָן מײַקל אַלפּערט (זינגער וואָס שפּילט אויך אויף פֿאַרשיידענע אינסטרומענטן, איינס פֿון די וויכטיקסטע געשטאַלטן פֿונעם נײַעם אויפֿבלי פֿון דער קלעזמאָרים–מוזיק) און אַנדערע באַקאַנטע קינסטלער

אין פּראָגראַם : וואַרשטאַטן, רעפֿעראַטן, מוסטער–לעקציעס, ספּעקטאַקלען

    

 

Desrosières Marthe : http://myspace.com/cocktailmazeltov
Alpert Michael : www.braveoldworld.com/english/bios.php
Falk Yankl : www.dinayekapelye.com/dnkwho.htm
Maquin Samuel : www.mentsh.org
Svironi Michal : www.myspace.com/svironi
Waysfeld Noëmi : www.noemiwaysfeld-blik.com
Beigale orkestra : www.beigale-orkestra.com

 

 

 

 

ווי זעט עס אויס
http://www.youtube.com/watch?v=5OtwfEwFwiw
http://www.youtube.com/watch?v=CO56tCCb4XY
http://www.youtube.com/watch?v=hNpngiLMx0

 

אַלע קענען קומען

 

דינסטיק דעם 5טן יולי

 

קלעזמאָרים–קאַבאַרעט
    
 אינעם פּאַריזער ייִדיש צענטער,  19.30 אַ זייגער
מיט מיני–בייגעלע–אָרקעסטער — לאָראַן קלועט (קלאַרנעט), אַמיט ווײַסבערגער (פֿידל, געזאַנג), זשעראָם בלאָק (אַקאָרדעאָן), פֿרעד דופּאָן (צימבל), מאַרי–אַמעלי גאַיאַר (פּיקאָלאָ). איר וועט זיכער גוט פֿאַרברענגען ! אַרײַנטריט : 15 אייראָס. מיטגלידער : 12 אייראָס. לעקעך און בראָנפֿן אַרײַנגערעכנט

 

MAISON DE LA CULTURE YIDDISH – BIBLIOTHEQUE MEDEM
29, rue du Château d’Eau – 75010 Paris
Métro : ligne 5 (station « Jacques-Bonsergent »), lignes 3, 8, 9, 11 (station « République »)
Bus : 56, 65 (arrêt « Jacques-Bonsergent »), 20 (arrêt « Porte Saint-Martin »), 75 (arrêt « République »)
Réservations à la Maison de la culture yiddish : 01 47 00 14 00

 

    
מיטוואָך דעם 6טן יולי

 

 נעמי ווײַספֿעלד און בליק, 21.00 אַ זייגער

 


ייִדיש–רוסישע מוזיק מיט געזאַנגען

 

נעמי ווײַספֿעלד — געזאַנג. פֿלאָראַן לאַבאָדיניער — גיטאַרע, אוד. טיערי ברעטאָנע — אַקאָרדעאָן. אַנטואַן ראָזענבאַום — באַס. פֿרײַער צושטײַער (ווייניקסטנס 5 אייראָס). מע דאַרף עפּעס באַשטעלן אינעם קאַפֿע

 

CAFE RESTAURANT « LES 3 ARTS »
21, rue des Rigoles – 75020 Paris
Métro : ligne 11 (station « Jourdain ou Télégraphe »)
Bus : 26, 96 (arrêt « Pyrénées Ménilmontant »), 60 (arrêt « Borrego »),

 

 

 

דאָנערשטיק דעם 7טן יולי,

 

מיני–בייגעלע–אָרקעסטעק, 21.00 אַ זייגער

 

 

נאָך דעם קאָנצערט — אַ דזשאַם

CAFE RESTAURANT « LES 3 ARTS »


21, rue des Rigoles – 75020 Paris
Métro : ligne 11 (station « Jourdain ou Télégraphe »)
Bus : 26, 96 (arrêt « Pyrénées Ménilmontant »), 60 (arrêt « Borrego »),

פֿרײַער צושטײַער (ווייניקסטנס 5 אייראָס). מע דאַרף עפּעס באַשטעלן אינעם קאַפֿע

פֿרײַטיק דעם 8טן יולי 2011

קלעזמאָרים–קאַבאַרעט פֿון אונדזערע יוגנטלעכע — 19.00 אַ זייגער אינעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער
קומט הערן אונדזערע יונגע אַרטיסטן, זינגען, טאַנצן און רעדן ייִדיש. ספּעקטאַקל אונטער דער אָנפֿירונג פֿון מיכאל סוויראָני, מאַרט דעראָזיער און סאמועל מאַקען

אַרײַנטריט : 15 אייראָס. מיטגלידער : 12 אייראָס. לעקעך און בראָנפֿן אַרײַנגערעכנט

 

אינפֿאָרמאַציעס און אײַנשרײַבונג

 

www.yiddishweb.com

אָדער בײַ עסטעל

01 47 00 14 00

דורך בליצפּאָסט

וואַרשטאַט פֿון ייִדישן געזאַנג > אין לימוזען

אַ נײַע אַקטיוויטעט

דער וואַרשטאַט קומט פֿאָר אינעם שלאָס ליגור, אַ פּרעכטיקן בנין פֿון 19טן יאָרהונדערט, 15 קילאָמעטער פֿון לימאָזש ; טוט אַ קוק אויף

http://chateau-de-ligoure.blogspot.com/

פֿון זונטיק דעם 21סטן ביז שבת דעם 27סטן אויגוסט


אינעם פּראָגראַם : געזאַנג–וואַרשטאַטן (ווי צו אָטעמען, ווי צו זינגען, דער רעפּערטואַר), רעלאַקסירונג, ייִדיש–לעקציעס אוןאַ קורס פֿון אַשכּנזישער קיך

פֿאַר יוניאָרן : לעקציעס פֿון קלעזמאָרים–מוזיק (פֿאַר אַלע אַרומטראָגעוודיקע אינסטרומענטן), ספּאָרט (שווימען, פּאָני-פֿערדלעך). טוריזם פֿאַר אַלעמען
וווינען און עסן אויפֿן אָרט אין אַ פֿרײַנדלעכער משפּחה–שטימונג : צימער מיט 2 אָדער מער בעטן פֿאַר קינד און קייט

 

אינפֿאָרמאַציעס און אײַנשרײַבונג

 

www.yiddishweb.com

אָדער בײַ עסטעל

01 47 00 14 00

דורך בליצפּאָסט


 

Ligoure


MARTHE DESROSIERES (France) flûte, picolo, atelier de musique

KARSTEN TROYKE (Allemagne) ateliers de chant 
SHIFRA LIPSKY-SLUCHIN (Israël) - ateliers relaxation, méditation (pratique le violon et l'alto )

ALEXIS KUNE (France)
 – accordéon, danse
REGINE NEBEL, (France)
 - cours de yiddish, cours de cuisine ashkenaze
DANIELE VAISBERG (France) - 
clown, atelier théâtre pour enfants


Téléchargez le programme du stage et le bulletin d'inscription.

Informations pratiques auprès d'Estelle : estelle@yiddishweb.com

Réervations et billetterie au 01 47 00 14 00.

Publicité
Publicité
Commentaires
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
Publicité
Publicité