Canalblog
Editer l'article Suivre ce blog Administration + Créer mon blog
Publicité
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
5 juillet 2011

נײַעס פֿון אונדזערע מיטאַרבעטער

דעם זומער קענט איר געפֿינען אונדזערע מיטאַרבעטער אין פֿאַרשיידענע עקן וועלט

 

יצחק ניבאָרסקי און אַניק פּרים–מאַרגוליס וועלן לערנען אויפֿן זומערקורס אין בריסל, פֿונעם 25סטן יולי ביזן 5טן אויגוסט

מער אינפֿאָרמאַציעס וועט איר געפֿינען דאָ


נאַטאַליאַ קריניצקאַ וועט לערנען אויפֿן זומערקורס אין ווילנע פֿונעם 24סטן יולי ביזן 19טן אויגוסט

מער אינפֿאָרמאַציעס וועט איר געפֿינען דאָ

זשיל ראָזיע, דער דירעקטאָר פֿון דער מעדעם–ביבליאָטעק, פּובליקירט אויף אינטערנעץ, פֿונעם 27סטן יוני ביזן 25סטן סעפּטעמבער 2011, אַ טאָגדבוך אונטערן טיטל „אַ זומער אויפֿן ראָטשילד–בולוואַר“, וואָס ער האָט געהאַלטן צווישן דעם 27סטן יוני און 25סטן סעפּטעמבער 2008 אין תּל–אַבֿיבֿ, אין דער צײַט ווען ער האָט געהאַלטן אין שרײַבן זײַן נײַעם ראָמאַן פֿון אַ לאַנד אָן ליבשאַפֿט. דער ראָמאַן וועט אַרויסגיין סוף אויגוסט אינעם פֿאַרלאַג גראַסע

 צו לייענען דאָ

זשיל ראָזיע וועט לערנען אויפֿן זומערקורס אין וואַרשע פֿונעם 4טן ביזן 22סטן יולי 2011 — מער אינפֿאָרמאַציעס וועט איר געפֿינען דאָ

Publicité
Publicité
Commentaires
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
Publicité
Publicité