Canalblog
Editer l'article Suivre ce blog Administration + Créer mon blog
Publicité
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
5 juillet 2011

נײַעס וועגן דעם פּראָיעקט יודאַיִקאַ עוראָפּעאַנאַ

 

europea

צען אינסטיטוציעס וואָס אַרבעטן אָפּצוהיטן די אייראָפּעיִשע ייִדישע קולטור–ירושה (מעדעם–ביבליאָטעק, ביבליאָטעק פֿון דער ייִדישער אַליאַנץ, ייִדישער מוזיי אין לאָנדאָן, ייִדישער מוזיי אין אַטען, ביבליאָטעק פֿונעם געטע–אוניווערסיטעט אין פֿראַנקפֿורט,בריטיש–לײַברערי, ייִדישער אַרכיוו אין אונגאַרן, איטאַליענישער קולטור–מיניסטעריום, ייִדישער היסטאָרישער אינסטיטוט אין וואַרשע און פֿאָרשצענטער "פֿרײַנדשאַפֿט" אין באָלאָניאַ) נעמען אָנטייל אינעם פּראָיעקט יודאַיִקאַ עוראָפּעאַנאַ. דער דאָזיקער פּראָיעקט ווערט געשטיצט דורך די אייראָפּעיִשע קאָמיסיע און ווערט קאָאָרדינירט דורך דער אייראָפּעיִשער געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער קולטור אין לאָנדאָן

יודאַיִקאַ עוראָפּעאַנאַ האָט דעם ציל אײַנצוזאַמלען אויפֿן אַדרעס

www.judaica-europeana.eu

פֿאַרשיידענע נומעריזירטע דאָקומענטן וואָס האָבן אַ שײַכות מיט ייִדישן צושטײַער צו דער אַנטוויקלונג פֿון אייראָפּעיִשע שטעט. אַלע אויבן דערמאָנטע אינסטיטוציעס וועלן ביזן סוף 2011 שטעלן אויף אינטערנעץ הונדערטער טויזנטער ביכער, פֿאָטאָגראַפֿיעס, פּאָסטקאַרטלעך, פּלאַקאַטן און רעקאָרדירונגען וועלן

צו לייענען מער וועגן דעם פּראָיעקט

 

http://www.judaica-europeana.eu/Newsletter.html

 

ווירטועלע אויסשטעלונגען

מע קען שוין באַקוקן

ייִדישער טעאַטער אין לאָנדאָן - אויסשטעלונג פֿונעם ייִדישן מוזיי אין לאָנדאָן

פֿון דאַדאַ ביז סוררעאַליזם — ייִדישע אַוואַנגאַרד פֿון רומעניע, 1938-1910 — אויסשטעלונג פֿונעם ייִדישן מוזיי אין אַמסטערדאַם

הונדערט פֿופֿציק יאָר דערציִונג — אויסשטעלונג פֿון דער ייִדישער אַליאַנץ

בילדער פֿון גריכישע ייִדן — אויסשטעלונג פֿונעם ייִדישן מוזיי אין אַטען

פּאָסטקאַרטלעך מיט ייִדישע מאָטיוון — אַ פּראָיעקט פֿאָרגעלייגט דורך ייִדישע אַרכיוון אין אונגאַרן

דער פּאַריזער ייִדיש–צענטער — מעדעם–ביבליאָטעק וועט באַלד צושטעלן די אויסשטעלונג וועגן 400 יאָר ייִדישע ביכער

אויב איר ווילט באַקוקן די אויסשטעלונגען, דריקט דאָ

 

http://www.judaica-europeana.eu/Newsletter.html

Publicité
Publicité
Commentaires
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
Publicité
Publicité