05 juillet 2011

חודשלעכער בריוו פֿון יולי 2011

The Paris Yiddish Center - Medem Library English newsletter is now on line on the website : http://yiddish2english.canalblog.com דער חודשלעכער בריוו פֿונעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער -- מעדעם–ביבליאָטעק איז שוין אויף אינטערנעץ וועבאָרט : http://yiddish2yiddish.canalblog.com
Posté par MCYBM à 18:30 - Commentaires [0] - Permalien [#]

05 juillet 2011

וואַרשטאַטן פֿון קלעזמאָרים–מוזיק און טאַנץ

  כּלי–זמר פּאַריז2011   ייִדישע מוזיק פֿון מיטל-אייראָפּע   אָרגאַניזירט צום 9טן מאָל דורך עסטעל הולאַק און מאַרט דעראָזיער   וואַרשטאַט פֿון ייִדיש געזאַנג   וואַרשטאַט פֿון אינסטרומענטאַל-מוזיק   וואַרשטאַט פֿון טראַדיציאָנעלע טענץוואַרשאַט פֿאַר קינדער און יוגנטלעכע - פֿון 7 יאָר אָןפֿון זונטיק דעם 3טן ביז פֿרײַטיק דעם 8טן יולי 2011   צום נײַנטן יאָר נאָך אַנאַנד וועלן פֿאָרקומען פּאַראַלעל די אויסגערעכנטע אינטענסיווע קורסן פֿאַר בעלנים פֿון יעדן עלטער, פֿון מיטעלער ביז... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 18:25 - Commentaires [0] - Permalien [#]
05 juillet 2011

רײַזע אין פּאָדאָליע

פֿונעם 18טן ביזן 25סטן סעפּטעמבער 2011 - 8 טעג אויב איר זײַט פֿאַראינטערעסירט, פֿאַרשרײַבט זיך דירעקט בײַ וואַליזקע  לאָדז אָפּ דעם פּראָגראַם
Posté par MCYBM à 18:20 - Commentaires [0] - Permalien [#]
05 juillet 2011

יולי אינעם פּאַריזער ייִדיש-צענטער

די רעפֿעראַטן, באַגעגענישן און פֿאַָרלייענונגען קומען פֿאָר אינעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער — מעדעם–ביבליאָטעק29, rue du Château d'Eau - Paris 10eTél : 01 47 00 14 00 / fax : 01 47 00 14 47Métro : République, Jacques Bonsergent, Château d'EauBus : 38, 39, 47, 56, 65 צו זען אַלע אונדזערע אַקטיוויטעטן קוקט אַרײַן אין דער בראָשור
Posté par MCYBM à 18:15 - Commentaires [0] - Permalien [#]
05 juillet 2011

פֿאָרשונג-וואַרשטאַט אין שפּראַך און ליטעראַטור

מיר מעלדן אַז דער פֿאָרשונג-וואַרשטאַט, וואָס איז געווען פּראָגראַמירט אויף דער וואָך פֿונעם 11טן ביזן 15טן יולי 2011, וועט דערווײַל ניט פֿאָרקומען. די נײַע דאַטע איז נאָך ניט באַשטימט געוואָרן  
Posté par MCYBM à 18:10 - Commentaires [0] - Permalien [#]
05 juillet 2011

רעפֿעראַטן צו הערן

ציקל באַגעגענישן אָרגאַניזירט דורך סעסיל ווײַסבראַט אויף דער טעמע — שרײַבן וועגן דעם חורבן — גבֿית-עדות און פֿיקציע באַגעגעניש פֿונעם 26סטן מײַ מיט סוועטלאַנאַ אַלעקסעיעוויטש און מיט סעסיל ווײַסבראָט — צו הערן דריקט   דאָ און צו באַקוקן דריקט דאָ באַגעגעניש פֿונעם 16טן יוני מיט מאַרסעל כּהן און סעסיל ווײַסבראָט צו הערן דריקט  דאָ, און צו באַקוקן דריקט דאָ פֿריִערדיקע באַגעגענישן  סעסיל ווײַסבראָט, דעם 6טן אַפּריל 2011, מיט זשיל ראָזיע. צו הערן דריקט 6 דא און צו באקוקן גייט... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 18:00 - Commentaires [0] - Permalien [#]

05 juillet 2011

די מעדעם–ביבליאָטעק דורך אינטערנעץ

דעם קאַטאַלאָג ראַשעל, וואָס נעמט אַרום קאַטאַלאָגן פֿון דער מעדעם–ביבליאָטעק, פֿון דער ייִדישער אַליאַנץ, פֿונעם רבנים–סעמינאַר, פֿונעם ייִדישן מוזיי און פֿונעם מוזיק–צענטער, קען מען איצט געפֿינען אויפֿן אַלגעמיינעם קאַטאַלאָג פֿון פֿראַנצייזישע ביבליאָטעקן  Catalogue collectif de France (CCFR)
Posté par MCYBM à 17:45 - Commentaires [0] - Permalien [#]
05 juillet 2011

נײַעס פֿון אונדזערע מיטאַרבעטער

דעם זומער קענט איר געפֿינען אונדזערע מיטאַרבעטער אין פֿאַרשיידענע עקן וועלט   יצחק ניבאָרסקי און אַניק פּרים–מאַרגוליס וועלן לערנען אויפֿן זומערקורס אין בריסל, פֿונעם 25סטן יולי ביזן 5טן אויגוסט מער אינפֿאָרמאַציעס וועט איר געפֿינען דאָ נאַטאַליאַ קריניצקאַ וועט לערנען אויפֿן זומערקורס אין ווילנע פֿונעם 24סטן יולי ביזן 19טן אויגוסט מער אינפֿאָרמאַציעס וועט איר געפֿינען דאָ זשיל ראָזיע, דער דירעקטאָר פֿון דער מעדעם–ביבליאָטעק, פּובליקירט אויף אינטערנעץ, פֿונעם 27סטן יוני ביזן 25סטן סעפּטעמבער 2011, אַ... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 17:00 - Commentaires [0] - Permalien [#]
05 juillet 2011

נײַעס וועגן דעם פּראָיעקט יודאַיִקאַ עוראָפּעאַנאַ

  צען אינסטיטוציעס וואָס אַרבעטן אָפּצוהיטן די אייראָפּעיִשע ייִדישע קולטור–ירושה (מעדעם–ביבליאָטעק, ביבליאָטעק פֿון דער ייִדישער אַליאַנץ, ייִדישער מוזיי אין לאָנדאָן, ייִדישער מוזיי אין אַטען, ביבליאָטעק פֿונעם געטע–אוניווערסיטעט אין פֿראַנקפֿורט,בריטיש–לײַברערי, ייִדישער אַרכיוו אין אונגאַרן, איטאַליענישער קולטור–מיניסטעריום, ייִדישער היסטאָרישער אינסטיטוט אין וואַרשע און פֿאָרשצענטער "פֿרײַנדשאַפֿט" אין באָלאָניאַ) נעמען אָנטייל אינעם פּראָיעקט יודאַיִקאַ עוראָפּעאַנאַ.... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 16:50 - Commentaires [0] - Permalien [#]
05 juillet 2011

נײַעס פֿונעם טרוים–טעאַטער

מעלדונג פֿון דער טרופּע, וואָס איז שוין צוריק פֿון מאָנטרעאָל מיר האָבן איבערגעלעבט עפּעס אויסערגעוויינטלעכס — צען טעג פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער–פֿעסטיוואַל אין מאָנטרעאָל. מע האָט אונדז דאָרטן זייער שיין אויפֿגענומען. מיר האָבן געשפּילט צוויי מאָל די פּיעסע דאָס גרויסע געווינס פֿאַר אַן אָנגעפּאַקטן זאַל. ס'איז געווען אַ גרויסער דערפֿאָלג. מיר האָבן אויך אָנטייל גענומען אין אַ סימפּאָזיום אויף פֿראַנצייזיש וועגן דעןם ייִדישן טעאַטער. זשיל ראָזיע האָט דאָרטן געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן גראָטעסק אין ייִדישן טעאַטער און... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 16:45 - Commentaires [0] - Permalien [#]