Canalblog
Editer l'article Suivre ce blog Administration + Créer mon blog
Publicité
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
27 octobre 2011

חודשלעכער בריוו פֿון נאָוועמבער 2011

חודשלעכער בריוו פֿון נאָוועמבער 2011

The Paris Yiddish Center - Medem Library English newsletter is now on line

on the website : http://yiddish2english.canalblog.com

דער חודשלעכער בריוו פֿונעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער — מעדעם–ביבליאָטעק איז שוין אויף אינטערנעץ

וועבאָרט : http://yiddish2yiddish.canalblog.com


איר ווילט זיך לערנען ייִדיש

 

05_mains_sur_cahier

דעם 2טן אָקטאָבער האָבן זיך אָנגעהויבן אינעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער אַ פֿופֿצן

ייִדיש–לעקציעס פֿון אָנהייבערס ביז אַוואַנסירטע

איר קענט זיך נאָך אײַנשרײַבן

 

אָנהייבערס

זונטיק פֿון 11.00 ביז 13.00 אַ זייגער

לערערין : אַניק פּרים–מאַרגולעס

מאָנטיק פֿון 15.00 ביז 17.00 אַ זייגער

לערערין : גיטעלע מילכבערג

מאָנטיק : פֿון 19.30 ביז 21.30 אַ זייגער

לערערין : שרון בר–כובסֿא

 

צווייטער ניוואָ

דינסטיק פֿון 16.00 ביז 18.00 אַ זייגער

לערער : אַהרן וואַלדמאַן

מיטוואָך פֿון 19.00 ביז 21.00 אַ זייגער

לערערס : יצחק ניבאָרסקי און נאַדיאַ דעהאַן–ראָטשילד

 

דריטער ניוואָ

מאָנטיק פֿון 19.00 ביז 21.00 אַ זייגער

לערערין : דאָראָטע וויענע

דאָנערשטיק פֿון 16.00 ביז 18.00 אַ זייגער

לערערין : אַניק פּרים–מאַרגולעס

נײַער קורס אָפּגעגעבן ייִדישע יום–טובֿים

 

פֿערטער ניוואָ

מאָנטיק פֿון 14.00 ביז 16.00 אַ זייגער

לערער : אַהרן וואַלדמאַן

דאָנערשטיק פֿון 19.00 ביז 21.00 אַ זייגער

לערערס : אַהרן וואַלדמאַן און נאַטאַליאַ קריניצקאַ


אַוואַנסירטע

ליטעראַרישע טעקסטן

מאָנטיק פֿון 10.30 ביז 12.30 אַ זייגער

לערערס : מאָריס גלאַזמאַן און נאַדיאַ דעהאַן–ראָטשילד

דינסטיק פֿון 18.30 ביז 20.30

לערערין : נאַטאַליאַ קריניצקאַ

דאָנערשטיק פֿון 14.00 ביז 16.00 אַז'

לערערין : רובי מאָנעט

העברעיִזמען

אַ נײַער קורס ! געצילט צו תּלמידים פֿון דריטן ניוואָ און העכער

דינסטיק פֿון 16.00 ביז 18.00 אַ זייגער - אַ וואָך איבער אַ וואָך

לערער : יצחק ניבאָרסקי

 

תּנך

דאָנערשטיק פֿון 18.30 ביז 20.30 אַ זייגער

לערער : יצחק ניבאָרסקי

 

איבערזעצונג–וואַרשטאַט

דינסטיק פֿון 14.00 ביז 16.00 אַ זייגער (20 טרעפֿונגען אַ יאָר)

לערערין : בתיה בוים

 

שמועס–לעקציע - ייִדיש אויף דער צונג

מיטוואָך צוויי מאָל אַ חודש פֿון 19.00 ביז 21.00 אַ זייגער - דעם 9טן און 23סטן נאָוועמבער און דעם 7טן דעצעמבער

אָדער

דאָנערשטיק צוויי מאָל אַ חודש פֿון 14.00 ביז 16.00 אַ זייגער - דעם 3טן און 17טן נאָוועמבער, דעם 1טן און 15טן דעצעמבער

מיט פֿאַרשיידענע לערערס

 

שׂכר–לימוד

ייִדיש–לעקציעס : 320 אייראָס פֿאַר אַ קורס

סטודענטן אונטער 30 יאָר : 220 אייראָס

אַרײַנגערעכנט פֿאָטאָקאָפּיעס

צווייטער קורס צו 180 אייראָס

סטודענטן אונטער 30 יאָר : 110 אייראָס

איבערזעצונג–וואַרשטאַט : 230 אייראָס

אַרײַנגערעכנט פֿאָטאָקאָפּיעס

ייִדיש אויף דער צונג :190 אייראָס

כּדי זיך אײַנצושרײַבן אויף די לעקציעס דאַרף מען זײַן אַ מיטגליד פֿונעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער

לאָדט אָפּ די בראָשור פֿון אונדזער וועבזײַטל



אַלף–בית וואַרשטאַט

שבת דעם 5טן און זונטיק דעם 6טן נאָוועמבער

אָנגעפֿירט דורך נאַדיאַ דעהאַן–ראָטשילד און דאָראָטע וויענע


שבת פֿון 14.00 ביז 18.00 אַ זייגער

זונטיק פֿון 10.00 ביז 13.00 אַז' און פֿון 14.00 ביז 17.00 אַ זייגער

יעדער באַטייליקטער ברענגט עפּעס צו עסן מיטיקצײַט

שׂכר–לימוד: 60 אייראָס. מיטגלידער : 45 אייראָס


די קינדערשול

IMG_5112

פֿאַר קינדערפֿון 3 ביז 13 יאָר

אָנגעפֿירט דורך שרון בר–כּוכבֿא, אַניעל פֿישביין און בלומקע קון

מיט דער מיטאַרבעט פֿון מאַרט דעראָזעיער און דעם וואַרשטאַט פֿון קלעזמאָרים–מוזיק


נײַנצן באַגעגענישן צו 3 שעה אַ יאָר, אַרײַנגעריעכנט ייִדישע יום–טובֿים


פֿון 14.30 ביז 15.45 אַ זייגער : שפּראַך–לימוד

די קינדער ווערן צעטיילט אין דרײַ גרופּעס

גרופּע א

אָנפֿירערין : אַניעל פֿישביין

דער אַלף–בית און וואָקאַבולאַר פֿאַר אָנהייבער

גרופּע ב

אָנפֿירערין : בלומקע קון

לייענען פּשוטע טעקסטן, שרײַבן, שפּילן, לידער צו זינגען און צו זאָגן

גרופּע ג

אָנפֿירערין : שרון בר–כּוכבֿא

לידער צו זינגען און צו זאָגן, משלים, מעשׂיות, געניטונגען


פֿון 15.45 ביז 16.15 אַ זייגער : דאָס איבערבײַסן

די קינדער ברענגען אַליין מיט וואָס איבערצובײַסן. מע לייגט זיי פֿאָר געטראַנקען


פֿון 16.15 ביז 17.30 אַ זייגער : קונסטוואַרשטאַטן

אַלע קינדער זינגען, שפּילן אָדער צייכענען צוזאַמען

שׂכר–לימוד : 185 אייראָס. (אַרײַנגערעכנט לערן–מאַטעריעל). הנחה : פֿאַרן צווייטן קינד פֿון דער זעלבער משפּחה

איין באַגעגעניש : 16 אייראָס. משפּחה–מיטגלידערשאַפֿט אינעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער : 75 אייראָס וואָס מע קען צום טייל אָפּרעכענען פֿון די שטײַערן

דאַטעס : דעם 16טן און דעם 30סטן אָקטאָבער, דעם 6טן און דעם 20סטן נאָוועמבער, דעם 4טן (חנוכּה) און דעם 11טן דעצעמבער


לאָדט אָפּ די קינדערשול
אויב איר ווילט מער אינפֿאָרמאַציעס, קלינגט אָן

01 47 00 14 00

אָדער שרײַבט אַ בליצבריוול

mcy@yiddishweb.com


וואַרשטאַטן פֿונעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער

לערנט זיך שפּילן קלעזמאָרים–מוזיק, זינגען, שפּילן און קאָכן אויף ייִדיש

shura_0709_72ppp

כאָר טשיריבים

אָנגעפֿירט דורך שורה ליפּאָווסקי

כּדי אָנטייל צו נעמען דאַרף מען ניט קענען קיין נאָטן אָדער לייענען ייִדיש, ס'איז גענוג צו וועלן זינגען

מע קען אָנטייל נעמען פֿונעם עלטער פֿון 15 יאָר אָן


שׂכר–לומוד
: 185 אייראָס (18 באַגעגענישן) וואָס נעמט אַרײַן 10 אייראָס פֿאָטאָקאָפּיעס–אָפּצאָל

איין זונטיק אַ חודש

דאַטעס : דעם 20סטן נאָוועמבער און דעם 11טן דעצעמבער, פֿון 11.00 ביז 13.00 אַ זייגער און פֿון 14.30 ביז 16.30 אַ זייגער

מע עסט מיטיק צוזאַמען, יעדער איינער ברענגט עפּעס צו עסן אָדער צו טרינקען



NWNB

טעאַטער–וואַרשטאַט

 

אונטער דער השגחה פֿון שאַרלאָט מעסער

אָנגעפֿירט דורך נעמי ווײַספֿעלד

מיט דער מיטאַרבעט פֿון רענע קאַלושינסקי

צוויי דינסטיקן אַ חודש

דאַטעס : דעם 8טן, 22סטן און 29סטן נאָוועמבער, דעם 6טן דעצעמבער, פֿון 18.30 ביז 20.30 אַ זייגער

טיפֿערע אַרבעט איבער טעאַטער–טעכניקן און ייִדיש–רעדן

שׂכר–לומוד : 170 אייראָס (15 באַגעגענישן) אַ יאָר


klezmer_charles_72ppp

וואַרשטאַט פֿון קלעזמאָרים–מוזיק

אָנגעפֿירט דורך מאַרט דעראָזיער

פֿינף באַגעגענישן אין טרימעסטער

איין זונטיק אַ חודש

דאַטעס : דעם 6טן און דעם 27סטן נאָוועמבער, דעם 4טן דעצעמבער פֿון 11.00 ביז 13.00 אַ זייגער


פֿאַר מענטשן וואָס קענען שוין שפּילן אויף אַן אינסטרומענט. דער וואַרשטאַט נעמט אַרום מאַסטער–קלאַסן אָנגעפֿירט פֿון מוזיקער פֿון אַ הויכן ניוואָ

שׂכר–לימוד : 170 אייראָס פֿאַר 15 באַגעגענישן אַ יאָר, אַרײַנגערעכנט 10 אייראָס פֿאָטאָקאָפּיעס–אָפּצאָל. סטודענטן אונטער 30 יאָר : 150 אייראָס. וואַרשטאַט אָפֿן פֿאַר אַלע, אַרײַנגערעכנט יוגנטלעכע פֿון 13 יאָר אָן, וואָס האָבן שוין אַ פּראַקטיק אין שפּילן אויף אַן אינסטרומענט פֿון 3 יאָר אָדער מער


 

cuisine_visuel_72ppp

קאָכוואַרשטאַט

אָנגעפֿירט דורך רעזשין נעבעל און זשאַנין קאָפּטשאַק

וואָס וואָלט געווען די ייִדישע קולטור אָן קיך

פֿרײַטיק דעם 18טן נאָוועמבער, 18.30 אַ זייגער

וואַרשטאַט אָפֿן פֿאַר אַלעמען. מע רעדט ייִדיש אָדער פֿראַנצייזיש, ווי מע וויל

שׂכר–לימוד : 40 אייראָס. נאָר פֿאַר מיטגלידער פֿונעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער. עס קענען אָנטייל נעמען ביז 20 מענטשן. מע דאַרף אומבאַדינגט רעזערווירן און באַצאָלן פֿון פֿריִער


milewski gris

וואַרשטאַט פֿון דור צו דור
אָנגעפֿירט דורך פֿראַנסואַז מילעווסקי

דאָנערשטיק דעם 3טן נאָוועמבער און דעם 8טן דעצעמבער

זעקס באַגעגעגנישן איין מאָל אַ חודש


שׂכרלימוד : 90 אייראָס פֿאַר 6 באַגעגענישן


לאָדט אָפּ דעם פּראָגראַם פֿון די וואַרשטאַטן


דער טרוים–טעאַטער

theatre_visuel_duo_72ppp

די טרופּע

אונטער דער אָנפֿירונג פֿון שאַרלאָט מעסער

דער ציל פֿון דער טרופּע איז צו שטעלן פּיעסעס אויף דער בינע

דאַטעס וועט מען צעשיקן אין אָקטאָבער

שׂכר–לימוד : 170 אייראָס (15 באַגעגענישן אַ יאָר) און 10 אייראָס פֿאָטאָקאָפּיעס–אָפּצאָל

מיטוואָך פֿון 19.00 ביז 21.00 אַ זייגער
די פּראָבעס הייבן זיך אָן מיטוואָך דעם 9טן נאָוועמבער

 

 

 

ליטעראַרישע באַגעגענישן

באַשרײַבן אַ חורבן — פֿיקציע און דאָקומענטן

אָנגעפֿירט דורך סעסיל ווײַסבראָט

LWD2_niveaude_gris

דאָנערשטיק דעם 10טן נאָוועמבער 2011, 20.00 אַ זייגער : באַגעגעניש מיט לאָראַנס ווערנער דאַוויד

 

אײַנטריט: 5 אייראָס. מיטגלידער : 3 אייראָס

Forest_Philippe_niveau_gris

דאָנערשטיק דעם 24סטן נאָוועמבער, 20.00 אַ זייגער : פֿיליפּ פֿאָרעס

אײַנטריט: 5 אייראָס. מיטגלידער : 3 אייראָס

 

 

אַנדערע באַגעגענישן

sarah_gris_2

שבת דעם 19טן נאָוועמבער 2011, 15.00 אַ זייגער

באַגעגעניש מיט שׂרה מאָנטאַר

וואָס וועט פֿאָרשטעלן איר בוך יאָגט די שוואַרצע פֿלאַטערלעך אַרויסגעגעבן אינעם פֿאַרלאַג מאַנוסקרי

 

דינסטיק דעם 29סטן נאָוועמבער 2011, 20.00 אַ זייגער

רעפֿעראַט פֿון פֿיליפּ בוקאַראַ

ערשטער רעפֿעראַט פֿון אַ ציקל

דאָס לעבן פֿון פֿיר ייִדישע היסטאָריקער אין וואַרשע, פֿאַר און נאָך 1939 : עמנואל רינגעלבלום, יצחק שיפּער, מאיר באַלאַבאַן, משה שאָר

 

אײַנטריט: 5 אייראָס. מיטגלידער : 3 אייראָס

 

 

רונדיקער טיש

 

בשותּפֿות מיטן פּוילישן אינטיטוט

images

אין פּוילן, דאָס הייסט אין ערגעץ נישט

פּוילן פֿאַר דעם 2טן און 3טן דור עמיגראַנטן

דינסטיק דעם 15טן נאָוועמבער, 20.00 אַ זייגער

טאַלילאַ, די זינגערין און מחברטע, מיט פֿראַנק פּערי

פֿון אונדזער אינעווייניקסטער לשון, אַרויסגעגעבן דורכן פֿאַרלאַג נאַיִוו

זשערעמי דרעס מיר וועלן ניט פֿאָרן אין אוישוויץ, ערשטער גראַפֿישער ראָמאַן, אינעם פֿאַרלאַג קאַמבוראַקיס

העלען אָפּענהיים–גלוקמאַן און דניאל אָפּענהיים

יורשים פֿון גלות און פֿונעם חורבן, אַרויסגעגעבן אינעם פֿאַרלאַג ערעס

אָנגעפֿירט דורך זשיל ראָזיעשרײַבער, דירעקטאָר פֿון דער מעדעם–ביבליאָטעק

talila_niveau_de_gris J_r_mie_Dresniveau_de_gris Femme_Oppenhaimgris Daniel_Oppenheim_gris

 

אײַנטריט: 5 אייראָס. מיטגלידער : 3 אייראָס

אויף אינטערנעץ

איר קענט זען און הערן אויף אינטערנעץ אַנדערע באַגעגענישן פֿונעם ציקל

באַשרײַבן אַ חורבן — פֿיקציע און דאָקומענטן



באַגעגעניש פֿונעם 6טן אַפּריל 2011 — סעסיל ווײַסבראָט לייענט פֿאָר איר טעקט און שמועסט מיט זשיל ראָזיע

צו הערן און צו זען אויפֿן וועבאָרט

remue.net.

באַגעגעניש פֿונעם 28סטן אַפּריל 2011, מיט העלען זיקסוס און סעסיל ווײַסבראָט

צו הערן און צו זען אויפֿן וועבאָרט

remue.net.

באַגעגעניש פֿונעם 5טן מײַ 2011, מיט לאָראַן בינע און סעסיל ווײַסבראָט

צו הערן און צו זען אויפֿן וועבאָרט

remue.net.

באַגעגעניש פֿונעם 26סטן מײַ 2011, מיט סוועטלאַנאַ אַלעקסעיעוויטש און סעסיל ווײַסבראָט

צו הערן און צו זען אויפֿן וועבאָרט

remue.net.

באַגעגעניש פֿונעם 16טן יוני 2011, מיט מאַרסעל כּהן און סעסיל ווײַסבראָט

צו הערן און צו זען אויפֿן וועבאָרט

remue.net.

באַגעגעניש פֿונעם 22סטן סעפּטעמבער 2011, מיט זשיל ראָזיע און סעסיל ווײַסבראָט

צו הערן און צו זען אויפֿן וועבאָרט

remue.net.


אויסשטעלונג

6

דאָס פֿאַרשווינדן

לכּבֿוד ראָמאַן ווישניאַק

בילדער פֿון אַן גרונשטיין–גראַנדסען זענען אַ פֿרוכט פֿון איר באַגעגעניש מיט ראָמאַן ווישניאַקס פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם בוך אַ פֿאַרשוווּנדענע וועלט

פֿונעם 22סטן סעפּטעמבער 2011 אָן. אײַנטריט פֿרײַ

 

 

חודשלעכער סעמינאַר פֿון ייִדישער ליטעראַטור

אָנגעפֿירט דורך יצחק ניבאָרסקי און נאַטאַליאַ קריניצקאַ

טעמעס פֿון יאָר
דער אמתער ייִדישער וויץ

גילגולים פֿון מאָטיוון

זונטיק דעם 13טן נאָוועמבער

ווית און קולטור–היסטאָרישער הינטערגרונט

טראַדיציאָנעלע מאָטיוון בײַ י. ל. פּרץ

 

דער סעמינאַר איז אין גאַנצן אויף ייִדיש ; יעדער תלמיד וואָס האָט דורכגעמאַכט דרײַ יאָר ייִדיש–לעקציעס קען אָנטייל נעמען

 

שעהען : פֿון 9.30 ביז 12.30 און פֿון 14.00 ביז 16.30 אַז

שׂכר–לימוד : 34 אייראָס, מיטגלידער : 27 אייראָס

מע עסט מיטיק אַלע צוזאַמען. יעדער איינער דאַרף ברענגען עפּעס צו עסן אָדער צו טרינקען

פֿאָטאָקאָפּיעס–אָפּצאָל : 10 אייראָס

 


טשײַניק–קאַפֿע

לאָמיר כאַפּן אַ שמועס

פֿאַר די אַלע וואָס האָבן ליב זיך צו טרעפֿן אין אַ וואַרעמער סבֿיבֿה בײַ אַ גלאָז טיי און כאַפּן אַ שמועס אויף ייִדיש

דאָנערשטיק פֿון 14.30 ביז 16.30 אַ זייגער

 

 

קינאָ–קלוב

אָנגעפֿירט דורך אַלכּסנדר קאַפּלאַן

שבת דעם 19טן נאָוועמבער, 17.00 אַ זייגער

שטעטל

פֿילם פֿונעם וויזענטאַל–צענטער

בילדער פֿונעם ייִדישן לעבן אין מיזרח–אייראָפּע. מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון ראָמאַן ווישניאַק

פֿילם פֿון אַרנאָלד שוואַרצמאַן מיט די שטימען פֿון מאַרטין לאַנדאַו און מרים מאַרגאָליעס

 

אײַנטריט: 5 אייראָס. מיטגלידער : 3 אייראָסנײַע ביכער

אַ נײַ בוך פֿון אַנעט וויעוויאָרקאַ : צײַט פֿון פּינקטלעכקייט : געשיכטע, זכּרון, עדות–זאָגן, אַ זאַמלונג שמועסן אַרויסגעגעבן אינעם פֿאַרלאַג אַלבען מישעל

זשערעמי דרעס : מיר וועלן ניט פֿאָרן אין אוישוויץ, ראָמאַן, אינעם פֿאַרלאַג קאַמבוראַקיס

זשערעמי דרעס וועט זײַן אינעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער דינסטיק דעם 15טן נאָוועמבער, 20.00 אַ זייגער, זעט אויבן


ראַדיאָ–עמיסיע

אויף אינטערנעץ
נײַע עמיסיע אויף ייִדיש פֿונעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער, צו זינגען און צו זאָגן, ווערט אָנגעפֿירט דורך שרון בר–כּוכבֿא, ניקאָל ווײַמאַן און זשיל ראָזיע. איר קענט הערן יעדע וואָך די נײַע עמיסיע אויף אונדזער וועבאָרט וווּ איר וועט אויך געפֿינען די פֿריִערדיקע עמיסיעס

יודאַיִקאַ עוראָפּעאַנאַ
Judaica_Europeana_Logo

אויב איר ווילט וויסן די לעצטע נײַעס וועגן דעם פּראָיעקט יודאַיִקאַ עוראָפּעאַנאַ, אין וועלכן עס באַטייליקט זיך דער פּאַריזער ייִדיש–צענטער — מעדעם–ביבליאָטעק, טוט אַ קוק דאָ


 

ייִדישער קאַבאַרעט


שבת דעם 3טן דעצעמבער 19.30 אַ זייגער

 

rideau_niveau_de_gris

ווען אין פּאַריז שפּילט מען און לאַכט ווי אין וואַרשע, לאָדזש און שטעטל

פּראָפֿעסיאָנעלע און אַמאַטאָרן אין פֿאַרשיידענע אויפֿטריטן

געזאַנג, וויצן, שפּילן

באַלד אַנדערע ספּעקטאַקלען

אָנגעפֿירט דורך בעטי רײַכער

 

מיט
דניאל קאָרענהאָף, פֿידל

מאַרסעל קאָרענהאָף, אַקאָרדעאָן
ליאָנעל מילער און מישעל פֿישביין, אַ דועט
משקה - געזאַנג, קלאַרנעט און פּערקוסיע

אויב איר ווילט אַליין אויפֿטרעטן אינעם קאַבאַרעט, שרײַבט צו בעטי רײַכער

bettyreicher@gmail.com.

צו רעזערווירן

01 47 00 14 00
אײַנטריט : 15 אייראָס . מיטגלידער : 12 אייראָס
Maison de la Culture Yiddish- Bibliothèque MEDEM
29 rue du Château d'eau 75010 Paris
http://www.yiddishweb.com/

 

פֿייסבוק

 

דער פּאַריזער ייִדיש צענטער איז אויפֿן פֿייסבוק

images_1

Publicité
Publicité
Commentaires
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
Publicité
Publicité