30 novembre 2011

חודשלעכער בריוו פֿֿון דעצעמבער 2011

The Paris Yiddish Center - Medem Library English newsletter is now on line on the website : http://yiddish2english.canalblog.com דער חודשלעכער בריוו פֿונעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער -- מעדעם–ביבליאָטעק איז שוין אויף אינטערנעץ וועבאָרט : http://yiddish2yiddish.canalblog.com
Posté par MCYBM à 16:10 - Commentaires [0] - Permalien [#]

30 novembre 2011

ראַדיאָ

ראַדיאָ–עמיסיע אויף אינטערנעץנײַע עמיסיע אויף ייִדיש פֿונעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער, צו זינגען און צו זאָגן, ווערט אָנגעפֿירט דורך שרון בר–כּוכבֿא, ניקאָל ווײַמאַן און זשיל ראָזיע. איר קענט הערן יעדע וואָך די נײַע עמיסיע אויף אונדזער וועבאָרט וווּ איר וועט אויך געפֿינען די פֿריִערדיקע עמיסיעס
Posté par MCYBM à 16:00 - Commentaires [0] - Permalien [#]
30 novembre 2011

זומערקורס

  זיבעטע זומערקורסן געווידמעט דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור פֿונעם 9טן ביזן 27סטן יולי 2012   די לערערס, אונטער דער פּעדאַגאָגישער אָנפֿירונג פֿון יצחק ניבאָרסקי : חיהלע ביר (יוניווערסיטי קאָלעדזש, לאָנדאָן) שרון בר–כּוכבֿא (פּאַרזיער ייִדיש–צענטער) רובי מאָנעט (פּאַריזער ייִדיש–צענטער) יצחק ניבאָרסקי (אינסטיטוט פֿאַר מיזרחדיקע שפּראַכן, פּאַריז) סאָניע פּינקוסאָוויטש–דראַטוואַ (מאַרטין בובער–אינסטיטוט, בריסל) אַניק פּרים–מאַרגוליס (פּאַריזער ייִדיש–צענטער) נאַטאַליאַ קריניצקאַ (אוניווערסיטעט פּאַריז 4) ... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 15:10 - Commentaires [0] - Permalien [#]
30 novembre 2011

טשײַניק–קאַפֿע

לאָמיר כאַפּן אַ שמועס פֿאַר די אַלע וואָס האָבן ליב זיך צו טרעפֿן אין אַ וואַרעמער סבֿיבֿה בײַ אַ גלאָז טיי און כאַפּן אַ שמועס אויף ייִדיש דאָנערשטיק פֿון 14.30 ביז 16.30 אַ זייגער
Posté par MCYBM à 14:36 - Commentaires [0] - Permalien [#]
30 novembre 2011

חודשלעכער סעמינאַר פֿון ייִדישער ליטעראַטור

  חודשלעכער סעמינאַר פֿון ייִדישער ליטעראַטור אָנגעפֿירט דורך יצחק ניבאָרסקי און נאַטאַליאַ קריניצקאַ טעמעס פֿון יאָרדער אמתער ייִדישער וויץ גילגולים פֿון מאָטיוון זונטיק דעם 4טן דעצעמבער טיפּישע העלדן. טעקסטן–אָפּקלײַב טראַדיציאָנעלע מאָטיוון בײַ י. ל. פּרץ — המשך   דער סעמינאַר איז אין גאַנצן אויף ייִדיש ; יעדער תּלמיד וואָס האָט דורכגעמאַכט דרײַ יאָר ייִדיש–לעקציעס קען אָנטייל נעמען   שעהען : פֿון 9.30 ביז 12.30 און פֿון 14.00 ביז 16.30 אַז שׂכר–לימוד : 34 אייראָס, מיטגלידער : 27 אייראָס ... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 12:00 - Commentaires [0] - Permalien [#]
30 novembre 2011

רעפֿעראַטן צו הערן

אויף אינטערנעץ די באַגעגעניש פֿונעם 20סטן אָקטאָבער 2011 : סטיוון סאַמסאָן מיט סעסיל גילבער   צו הערןדער רונדיקער טיש פֿונעם 15טן נאָוועמבער 2011  : אין פּוילן, דאָס הייסט אין ערגעץ ניט — אָנגעפֿירט דורך זשיל ראָזיע, מיט טאַלילאַ, זשערעמי דרעס, עלען אָפּענהיים–גלוקמאַן און דניאל אָפּענהיים  צו הערן   איר קענט זען און הערן אויף אינטערנעץ אַנדערע באַגעגענישן פֿונעם ציקל באַשרײַבן אַ חורבן — פֿיקציע און דאָקומענטן באַגעגעניש פֿונעם 6טן אַפּריל 2011 — סעסיל ווײַסבראָט לייענט פֿאָר איר טעקט און... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 12:00 - Commentaires [0] - Permalien [#]

30 novembre 2011

אויסשטעלוגען

דאָס פֿאַרשווינדן לכּבֿוד ראָמאַן ווישניאַק בילדער פֿון אַן גרונשטיין–גראַנדסען זענען אַ פֿרוכט פֿון איר באַגעגעניש מיט ראָמאַן ווישניאַקס פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם בוך אַ פֿאַרשוווּנדענע וועלט פֿונעם 22סטן סעפּטעמבער 2011 אָן. אײַנטריט פֿרײַ        די קלאַנגען פֿון שתּיקה פֿונעם 14טן דעצעמבער 2011 ביזן 3טן מאַרץ 2012 פֿאָטאָגראַפֿיעס די דאָזיקע אויסשטעלונג פֿון ווערק פֿון אַ ליטווישן פֿאָטאָגראַף רײַמאַנדאַס פּאַקניס איז געווידמעט דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין ליטע. זי איז פֿאָרגעלייגט... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 11:59 - Commentaires [0] - Permalien [#]
30 novembre 2011

דער טרוים–טעאַטער

דער טרוים–טעאַטער די טרופּע אונטער דער אָנפֿירונג פֿון שאַרלאָט מעסער דער ציל פֿון דער טרופּע איז צו שטעלן פּיעסעס אויף דער בינע דאַטעס וועט מען צעשיקן אין אָקטאָבער שׂכר–לימוד : 170 אייראָס (15 באַגעגענישן אַ יאָר) און 10 אייראָס פֿאָטאָקאָפּיעס–אָפּצאָל מיטוואָך פֿון 19.00 ביז 21.00 אַ זייגער די פּראָבעס הייבן זיך אָן מיטוואָך דעם 9טן נאָוועמבער    
Posté par MCYBM à 11:59 - Commentaires [0] - Permalien [#]
30 novembre 2011

וואַרשטאַטן–קאַלענדאַר

לערנט זיך שפּילן קלעזמאָרים–מוזיק, זינגען, שפּילן און קאָכן אויף ייִדיש כאָר טשיריבים אָנגעפֿירט דורך שורה ליפּאָווסקי כּדי אָנטייל צו נעמען דאַרף מען ניט קענען קיין נאָטן אָדער לייענען ייִדיש, ס'איז גענוג צו וועלן זינגען מע קען אָנטייל נעמען פֿונעם עלטער פֿון 15 יאָר אָן שׂכר–לומוד : 185 אייראָס (18 באַגעגענישן) וואָס נעמט אַרײַן 10 אייראָס פֿאָטאָקאָפּיעס–אָפּצאָל איין זונטיק אַ חודש דאַטעס : דעם 20סטן נאָוועמבער און דעם 11טן דעצעמבער, פֿון 11.00 ביז 13.00 אַ זייגער און פֿון 14.30 ביז 16.30 אַ זייגער מע עסט מיטיק... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 11:58 - Commentaires [0] - Permalien [#]
30 novembre 2011

דער קאַבאַרעט

ייִדישער קאַבאַרעט שבת דעם 3טן דעצעמבער 19.30 אַ זייגער   ווען אין פּאַריז שפּילט מען און לאַכט ווי אין וואַרשע, לאָדזש און שטעטל פּראָפֿעסיאָנעלע און אַמאַטאָרן אין פֿאַרשיידענע אויפֿטריטן געזאַנג, וויצן, שפּילן באַלד אַנדערע ספּעקטאַקלען אָנגעפֿירט דורך בעטי רײַכער   מיטדניאל קאָרענהאָף, פֿידל מאַרסעל קאָרענהאָף, אַקאָרדעאָןליאָנעל מילער און מישעל פֿישביין, אַ דועטמשקה - געזאַנג, קלאַרנעט און פּערקוסיע אויב איר ווילט אַליין אויפֿטרעטן אינעם קאַבאַרעט, שרײַבט צו בעטי רײַכער ... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 11:58 - Commentaires [0] - Permalien [#]