05 juillet 2011

יולי אינעם פּאַריזער ייִדיש-צענטער

די רעפֿעראַטן, באַגעגענישן און פֿאַָרלייענונגען קומען פֿאָר אינעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער — מעדעם–ביבליאָטעק29, rue du Château d'Eau - Paris 10eTél : 01 47 00 14 00 / fax : 01 47 00 14 47Métro : République, Jacques Bonsergent, Château d'EauBus : 38, 39, 47, 56, 65 צו זען אַלע אונדזערע אַקטיוויטעטן קוקט אַרײַן אין דער בראָשור
Posté par MCYBM à 18:15 - Commentaires [0] - Permalien [#]

05 juillet 2011

פֿאָרשונג-וואַרשטאַט אין שפּראַך און ליטעראַטור

מיר מעלדן אַז דער פֿאָרשונג-וואַרשטאַט, וואָס איז געווען פּראָגראַמירט אויף דער וואָך פֿונעם 11טן ביזן 15טן יולי 2011, וועט דערווײַל ניט פֿאָרקומען. די נײַע דאַטע איז נאָך ניט באַשטימט געוואָרן  
Posté par MCYBM à 18:10 - Commentaires [0] - Permalien [#]
05 juillet 2011

רעפֿעראַטן צו הערן

ציקל באַגעגענישן אָרגאַניזירט דורך סעסיל ווײַסבראַט אויף דער טעמע — שרײַבן וועגן דעם חורבן — גבֿית-עדות און פֿיקציע באַגעגעניש פֿונעם 26סטן מײַ מיט סוועטלאַנאַ אַלעקסעיעוויטש און מיט סעסיל ווײַסבראָט — צו הערן דריקט   דאָ און צו באַקוקן דריקט דאָ באַגעגעניש פֿונעם 16טן יוני מיט מאַרסעל כּהן און סעסיל ווײַסבראָט צו הערן דריקט  דאָ, און צו באַקוקן דריקט דאָ פֿריִערדיקע באַגעגענישן  סעסיל ווײַסבראָט, דעם 6טן אַפּריל 2011, מיט זשיל ראָזיע. צו הערן דריקט 6 דא און צו באקוקן גייט... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 18:00 - Commentaires [0] - Permalien [#]
05 juillet 2011

די מעדעם–ביבליאָטעק דורך אינטערנעץ

דעם קאַטאַלאָג ראַשעל, וואָס נעמט אַרום קאַטאַלאָגן פֿון דער מעדעם–ביבליאָטעק, פֿון דער ייִדישער אַליאַנץ, פֿונעם רבנים–סעמינאַר, פֿונעם ייִדישן מוזיי און פֿונעם מוזיק–צענטער, קען מען איצט געפֿינען אויפֿן אַלגעמיינעם קאַטאַלאָג פֿון פֿראַנצייזישע ביבליאָטעקן  Catalogue collectif de France (CCFR)
Posté par MCYBM à 17:45 - Commentaires [0] - Permalien [#]
05 juillet 2011

נײַעס פֿון אונדזערע מיטאַרבעטער

דעם זומער קענט איר געפֿינען אונדזערע מיטאַרבעטער אין פֿאַרשיידענע עקן וועלט   יצחק ניבאָרסקי און אַניק פּרים–מאַרגוליס וועלן לערנען אויפֿן זומערקורס אין בריסל, פֿונעם 25סטן יולי ביזן 5טן אויגוסט מער אינפֿאָרמאַציעס וועט איר געפֿינען דאָ נאַטאַליאַ קריניצקאַ וועט לערנען אויפֿן זומערקורס אין ווילנע פֿונעם 24סטן יולי ביזן 19טן אויגוסט מער אינפֿאָרמאַציעס וועט איר געפֿינען דאָ זשיל ראָזיע, דער דירעקטאָר פֿון דער מעדעם–ביבליאָטעק, פּובליקירט אויף אינטערנעץ, פֿונעם 27סטן יוני ביזן 25סטן סעפּטעמבער 2011, אַ... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 17:00 - Commentaires [0] - Permalien [#]
05 juillet 2011

נײַעס וועגן דעם פּראָיעקט יודאַיִקאַ עוראָפּעאַנאַ

  צען אינסטיטוציעס וואָס אַרבעטן אָפּצוהיטן די אייראָפּעיִשע ייִדישע קולטור–ירושה (מעדעם–ביבליאָטעק, ביבליאָטעק פֿון דער ייִדישער אַליאַנץ, ייִדישער מוזיי אין לאָנדאָן, ייִדישער מוזיי אין אַטען, ביבליאָטעק פֿונעם געטע–אוניווערסיטעט אין פֿראַנקפֿורט,בריטיש–לײַברערי, ייִדישער אַרכיוו אין אונגאַרן, איטאַליענישער קולטור–מיניסטעריום, ייִדישער היסטאָרישער אינסטיטוט אין וואַרשע און פֿאָרשצענטער "פֿרײַנדשאַפֿט" אין באָלאָניאַ) נעמען אָנטייל אינעם פּראָיעקט יודאַיִקאַ עוראָפּעאַנאַ.... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 16:50 - Commentaires [0] - Permalien [#]

05 juillet 2011

נײַעס פֿונעם טרוים–טעאַטער

מעלדונג פֿון דער טרופּע, וואָס איז שוין צוריק פֿון מאָנטרעאָל מיר האָבן איבערגעלעבט עפּעס אויסערגעוויינטלעכס — צען טעג פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער–פֿעסטיוואַל אין מאָנטרעאָל. מע האָט אונדז דאָרטן זייער שיין אויפֿגענומען. מיר האָבן געשפּילט צוויי מאָל די פּיעסע דאָס גרויסע געווינס פֿאַר אַן אָנגעפּאַקטן זאַל. ס'איז געווען אַ גרויסער דערפֿאָלג. מיר האָבן אויך אָנטייל גענומען אין אַ סימפּאָזיום אויף פֿראַנצייזיש וועגן דעןם ייִדישן טעאַטער. זשיל ראָזיע האָט דאָרטן געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן גראָטעסק אין ייִדישן טעאַטער און... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 16:45 - Commentaires [0] - Permalien [#]
05 juillet 2011

ייִדיש הײַנט

איר קענט דאָ הערן די עמיסיע ייִדיש הײַנט פֿונעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער, אָנגעפֿירט דורך זשיל ראָזיע RCJ 94.8 FM עמיסיע פֿונעם 26סטן מײַ 2011, מיט אַנרי ראַטשימאָוו — צו הערן דאָ  עמיסיע פֿונעם 23סטן יוני 2011, מיט עוולין גרומבערג — פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן פֿאַרלאַג מעדעם–ביבליאָטעק, וועגן דעם ייִדיש–פֿראַנצייזישן ווערטערבוך פֿון יצחק ניבאָרסקי און בערל וויסבראָט — צו הערן דאָ
Posté par MCYBM à 16:30 - Commentaires [0] - Permalien [#]
05 juillet 2011

קאָנפֿערענץ אין מאָנפּעליע

  ליטעראַטור–נאַכט אין מאָנפּעליע דעם 25סטן מײַ 2011 האָט דער ייִדישער קולטור–צענטער אין מאָנפּעליע אָרגאַניזירט אַ „ליטעראַטור–נאַכט“, וואָס איר טעמע הײַיאָר איז געווען ייִדישע ליטעראַטור. פּאָל–הענריעט לווי האָט אָנגעפֿירט מיט צוויי רונדע טישן : דער ערשטער, מיט מישעל טאַובער און ר' עליע לעמל, אַרום חסידישע לעגענדעס ; די טעמע פֿונעם צווייטן איז געווען ייִדישע שרײַבערינס און די ליטעראַרישע משפּחה זינגער — י. י. זינגער, יצחק באַשעוויס און אסתּר קרייטמאַן. דער פּאַריזער ייִדיש–צענטער איז דאָרטן געוווען פֿאַרטראָטן דורך רובי מאָנע... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 16:25 - Commentaires [0] - Permalien [#]
05 juillet 2011

ייִדיש-פֿראַנצייזיש ווערטערבוך צו פֿאַרקויפֿן

  דער ערשטער איבערדרוק פֿונעם ייִדיש-פֿראַנצייזישן ווערטערבוך פֿון בערל ווײַסבראָט און יצחק ניבאָרסקי איז אַרויס דאָס ווערטערבוך איז סובסידירט געוואָרן דורך דער אייראָפּעיִשער קאָמיסיע, ראָטשילד–אינסטיטוט, מעמאָריאַל–פֿונדאַציע, די פֿרײַנד פֿון אַלטער קאַציזנע און ייִדישן געזעלשאַפֿטלעכן פֿאָנד דער ערשטער איבערדרוק האָט געקראָגן אַ סובסידיע פֿון דער פֿונדאַציע לזכר דעם חורבן מע קען קויפֿן דאָס ווערטערבוך צו 34 אייראָס אינעם פּאַרזיער ייִדיש–צענטעראָדער באַשטעלן דורך בליצפּאָסט ... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 16:15 - Commentaires [0] - Permalien [#]