25 juin 2009

קאָנצערט

קלעזיקס האָט דעם כּבֿוד און דאָס פֿאַרגעניגן אײַך פֿאָרצושטעלן אַ קאָנצערט פֿון קלעזמער–מוזיק מיט דרײַ אויסערגעוויינטלעכע מוזיקער וואָס באַטייליקן זיך אין דעם יערלעכן וואַרשטאַט פֿון קלעזמער–מוזיק אָרגאַניזירט דורכן פּאַרזיער ייִדיש–צענטער www.yiddishweb.com זשעק שולמאַן מענט, אַ יונגער פֿידלער וואָס שפּילט קלעזמער– און פֿאָלקלאָר-מוזיק פֿון מיטל–אייראָפּע www.myspace.com/jakeshulmanment מיכאל ווינאָגראַד הײַנטצײַטיקער מײַסטער פֿון דעם טראַדיציאָנעלן קלעזמער–קלאַרנעט www.michaelwinograd.com און סאַנע... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 20:31 - Commentaires [0] - Permalien [#]

27 mai 2009

לעצטנס געקראגענע מתּנות

  שרה אַמאַר האָט געשאָנקען דער מעדעם–ביבליאָטעק די ביכער פֿון אירע טאַטע–מאַמע, מרים און יעקבֿ ראָט, וואָס זענען געווען געטרײַע לייענערס פֿון דער ביבליאָטעק עס איז אַ שיינע זאַמלונג פֿון אַן ערך 600 ביכער אין ייִדיש, דײַטש, פֿראַנצייזיש און ליטוויש. אַ סך פֿון זיי האָבן אַ שײַכות מיט ייִדן אין ליטע. צווישן די טיטלען וואָס זענען נאָך ניט געווען קאַטאַלאָגירט אין דער מעדעם–ביבליאָטעק איז דאָ אַ ווערטערבוך עספּעראַנטאָ–ייִדיש, אַרויסגעגעבן אין וואַרשע אין 1933 - זעט דאָס בילד אַ האַרציקן דאַנק ! י
Posté par MCYBM à 12:30 - Commentaires [0] - Permalien [#]
26 avril 2009

זונטיק–סעמינאַר

סעמינאַר אויף ייִדיש געווידמעט דער ייִדיש–וועלט אין די טשערנאָוויץ–יאָרן   אָנגעפֿירט דורך יצחק ניבאָרסקי אונטערגעשטיצט דורך דער ראָטשילד–פֿונדאַציע — אייראָפּעיִשן ביוראָ פּרץ הירשביין : נײַע יסודות פֿאַרן ייִדישן טעאַטער זונטיק דעם 17טן מײַ, 9.30 אַז דער סעמינאַר איז אין גאַנצן אויף ייִדיש ; יעדער תלמיד וואָס האָט דורכגעמאַכט דרײַ יאָר ייִדיש–לעקציעס קען אָנטייל נעמען. שעהען : פֿון 9.30 ביז 12.30 און פֿון 14.00 ביז 16.30 אַז'. שׂכר–לימוד : 30 אייראָס, מיטגלידער : 24 אייראָס. מע עסט מיטיק אַלע צוזאַמען.... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 17:16 - Commentaires [0] - Permalien [#]
26 avril 2009

קאַלענדאַר פֿון וואַרשטאַטן פֿונעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער

קינדערשול : זונטיק דעם 17טן און 31סטן מײַ פֿון 14.30 ביז 17.30 אַזכאָר :  זונטיק דעם 3טן מײַ פֿון 11.00  ביז 13.00 אַז' און פֿון 14.30  ביז 16.30 אַז  טעאַטער : מיטוואָך דעם 6טן און 20סטן מײַ פֿון 15.00 ביז 17.00 אַזרעפּעטיציעס פֿון טרוים–טעאַטער : מיטוואָך דעם 20סטן און 27סטן מײַ פֿון 19.00 ביז 21.00 אַזמוזיק–וואַרשטאַט : שבת דעם 16טן מײַ פֿון 11.00 ביז 13.00 אַזאיבערזעצונג–וואַרשטאַט : דינסטיק דעם 5טן, 19טן און 26סטן מײַ פֿון 14.00 ביז... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 17:15 - Commentaires [0] - Permalien [#]
26 avril 2009

פֿאַר אונדזערע מיטגלידער

צו דער געלעגנהייט פֿון דער אויסשטעלונג פֿאַרגאַנגענע צוקונפֿט : אַוואַנגאַרד און דאָס ייִדישע בוך, 1939-1914   אַרום אַנ—סקין אַ פּראָגראַם פֿון סילווי–אַן גאָלדבערג, היסטאָריקערין, שול פֿאַר העכערע סאָציאַלע שטודיעס  מיט דער באַטייליקונג פֿון קאַרלאָ בראַנדט, אַקטיאָר   מיטוואָך דעם 29סטן אַפּריל 2009, 19.30 אַז  Musée d'Art et d'Histoire du Judaïsme 71 rue du Temple - Paris 3e - Métro Rambuteau ou Hôtel de Ville שלמה—זיינוול ראַפּאָפּאָרט, אָדער ש. אַנ—סקי איז געבוירן געוואָרן... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 17:15 - Commentaires [0] - Permalien [#]
26 avril 2009

דינסטיקן געווידמעט דעם נעכטן און דעם הײַנט

גערויבטע ביכער, באַוואַכטע לעקטור אַ געשיכטע פֿון פֿראַנצייזישע ביבליאָטעקן אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע רעפֿעראַט פֿון מאַרטין פּולען וואָס האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן אַ בוך געווידמעט דער דאָזיקער טעמע  אָנגעפֿירט דורך זשאַן–קלאָד קופּערמינץ, דירעקטאָר פֿון דער ביבליאָטעק פֿון דער אַליאַנס איזראַעליט אוניווערסעל און סעקרעטאַר פֿון דער אייראָפּעיִשער נעץ פֿון ייִדישע ביבליאָטעקן (קאַטאַלאָג „ראַשעל“). מיט דער באַטייליקונג פֿון דער פֿראַנצייזישער קאָמיסיע פֿאַר ייִדישע אַרכיוון דינסטיק דעם 28סטן אַפּריל, 20.00... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 17:15 - Commentaires [0] - Permalien [#]

26 avril 2009

רײַזעס אין ניו–יאָרק און ליטע

שוין כּמעט קאָמפּלעט ! שרײַבט אײַך גיך אײַן שרײַבט אַ בליצבריוול אָדער קלינגט צו בעטין אָדער רעזשינען (דאָנערשטיק נאָך מיטאָג) אויפֿן נומער 00 14 00 47 01   רײַזעס בשותּפֿות מיט דער וואַליסקע ליטע  פֿון זונטיק דעם 9טן אויגוסט ביז זונטיק דעם 16טן אויגוסט 2009 אויף די שפורן פון יידישן לעבן אין ליטע און צפון–פוילן באַזוכן, באַגעגענישן, רעפעראַטן, עטלעכע פון זיי אויף יידיש, מיט אַן איבערזעצונג פאַר די וואָס פאַרשטייען ניט די שפראַך טאַריף : 1600 אייראָס פאר יעדן אָנטייל–נעמער אין אַ... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 17:14 - Commentaires [0] - Permalien [#]
26 avril 2009

רעפֿעראַט אין פֿראַנצייזיש

בערלין אין די צוואַנציקער יאָרן, אויפֿן שיידוועג פֿון ייִדישע אידענטיטעטן  ציקל פֿון 5 רעפֿעראַטן אין פֿראַנצייזיש דורך אירען וועקשטיין אין בערלין פֿון דער תּקופֿה פֿון דער ווײַמאַרער רעפּובליק, צווישן וווילטאָג און קריזיס, האָט זיך אַנטוויקלט אַ דינאַמישע מאָדערנקייט וואָס האָט אויפֿגערודערט דעם לעבנס–שטייגער און געשאַפֿן צאָלרײַכע קולטורעלע אַקטיוויטעטן. די שטאָט האָט צוגעצויגן צאָלרײַכע אימיגראַנטן, דער עיקר ייִדן פֿון מיזרח–אייראָפּע, וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון צאַרישע פּאָגראָמען.  עס האָבן זיך דאָרטן באַזעצט אַ... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 17:13 - Commentaires [0] - Permalien [#]
26 avril 2009

רעפֿעראַטן אויף אינטערנעץ

אויב איר האָט ניט געקענט הערן די דאָזיקע רעפֿעראַטן אינעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער, קענט איר זיי זען אויף דעם וועבאָרט פֿון אַקאַדעם Yitskhok Niborski, Hommage à Immanuel Olsvanger (1888-1961) : Les trésors de l'humour yiddish (conférence proposée en novembre 2008) : http://www.akadem.org/sommaire/themes/liturgie/8/2/module_5429.php Yitskhok Niborski, La littérature yiddish, de la Haskala aux années 1880 (conférences proposées en janvier 2008).Cette conférence est accessible en deux versions :En français :... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 17:13 - Commentaires [0] - Permalien [#]
26 avril 2009

אַנטדעקן ייִדישע מאָלער

פֿאַרגאַנגענע צוקונפֿט אַוואַנגאַרד און ייִדיש בוך, 1939-1914  אַ באַזוך אויף ייִדיש אָנגעפֿירט דורך שרון בר–כּוכבֿא  מיט די 210 בילדער פֿון ליסיצקי, שאַגאַל, טשײַקאָוו און ריבאַק, ווײַזט די אויסשטעלונג דעם געבורט פֿון דעם ייִדישן קינסטלערישן אַוואַנגאַרד אין רוסלאַנד און פּוילן, אינעם קאָנטעקסט פֿון דעם רענעסאַנס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור  דינסטיק דעם 12טן מײַ  14.00 אַז  מע טרעפֿט זיך 14.00 אַז' בײַ דער קאַסע פֿונעם ייִדישן מוזיי, אויפֿן אַדרעס  71 rue du Temple – 75003... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 17:11 - Commentaires [0] - Permalien [#]