26 avril 2009

ליטעראַרישער עונג–שבת

הונדערט פֿופֿציק יאָר שלום–עליכם אויף ייִדיש און פֿראַנצייזיש   שבת דעם 16טן מײַ 15.00 אַז   אַן אָפּקלײַב פֿון די ווערק פֿונעם געניאַלן שרײַבער, פֿאָרגעלייענט אויף ייִדיש און פֿראַנצייזיש דורך יצחק ניבאָרסקי, אַניק פּרים–מאַרגולעס און נעמי ווײַספֿעלד אַרײַנגאַנג פֿרײַ. מע דאַרף אומבאַדינגט רעזערווירן, טעלעפֿאָן–נומער 00 14 00 47 01
Posté par MCYBM à 17:09 - Commentaires [0] - Permalien [#]

26 avril 2009

קינאָקלוב

דער מאַן פֿון קיִעוו אין די ראַמען פֿונעם ציקל : צי האָט דער ייִדישער קינאָ אַ יורש אין האָחיוווּד קינאָקלוב אָנגעפֿירט דורך קלאָד ראָטשילד שבת דעם 16טן מײַ 17.00 אַז רעזשיסאָר : דזשאָן פֿראַנקענהײַמער  פֿאַראייניקטע שטאַטן — 1968 — 190 מונוט — קאָלירן — ענגליש מיט פֿראַנצייזישע אונטערשריפֿטן מיט אַלאַן בייטס און דירק באָגאַרד לויטן ענגלישן ראָמאַן פֿון בערנאַרד מאַלאַמוד, אינספּירירט אינעם בייליס–פּראָצעס. באָק, אַ ייִדישער בעל–מלאָכה, פֿאַרלאָזט נאָך 1905 זײַן שטעטל און באַזעצט זיך אין קיִִעוו. ער וויל... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 16:58 - Commentaires [0] - Permalien [#]
22 avril 2009

יישר–כּוח

פֿאַר איוו זשעלאַנד וואָס זײַן פֿילם ווי אַ ייִד אין פֿראַנקרײַך וועט מען ווײַזן פֿונעם 13טן ביזן 19טן מײַ  .אין ניו–יאָרק, אין פֿילם סאָסײַעטי אָף לינקאָלן סענטער, טעאַטער וואַלטער ריד   דער פֿילם האָט געקראָגן אַ פּרײַז אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן פֿילם–פֿעסטיוואַל אין ירושלים אין 2007 פֿאַר נורית אַבֿיב וואָס וועט קריגן, דעם 4טן מײַ, דעם פּרײַז עדואַר גליסאַן (_Users_consultation_Desktop_Prix_Edouard_GLISSANT) פֿאַר איר גאַנצער שאַפֿונג פֿאַר די „מענטש“ וואָס זענען... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 17:59 - Commentaires [0] - Permalien [#]
22 avril 2009

ספּעקטאַקל

קראַנקע און דאָקטוירים , געזען פֿון אַ הומאָראָלאָג דורך דוד קורץ דוד קורץ, אַ רומאַטאָלאָג וואָס איז געוואָרן אַ הומאָראָלאָג זינט ער איז אויף פּענסיע, גייט ווײַטער אָן מיט זײַנע פּאָרטרעטן פֿון טיפּן פֿונעם ייִדישלאַנד. פֿערציק יאָר מעדיצינישע פּראַקטיק דערלויבן אים גוט צו פֿאַרשטיין די כאַראַקטערן פֿון געוויסע קראַנקע און דאָקטוירים. ער שטעלט זיי פֿאָר אויף זײַן שטייגער, מיט אַ פּאָר צענדליק וויצן, דער עיקר אויף פֿראַנצייזיש, נאָר אויך אויף מאַמע–לשון. אין דעם דאָזיקן פֿאַרכאַפּנדיקן סקעטש וועט איר געפֿינען  דעם דאָקטער... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 17:23 - Commentaires [0] - Permalien [#]
22 avril 2009

קאָנצערטן

די פֿאַרבלאָנדזשעטע קאָנצערטן פֿון ייִדישער, אַראַביש–אַנדאַלוזער אָדער סתּם אַראַבישער מוזיק... רעליגיעזע אָדער וועלטלעכע מוזיק (וואָס איז נאָך רעליגיעזער ווי די רעליגיעזע מוזיק גופֿא)... און אפֿשר אַפֿילו אַ דזשודעזמע–ווערסיע פֿון וויוואַלדיס „עזשאַ מאַטער“ ? אָדער אַן אַנדער עקומענישע נײַעס MySpace : www.myspace.com/lesegaresparisgrenoble. דינסטיק דעם 5טן מײַ 2009, 21.00 אַז קווינטעט : עלעאָנאָר ביעזונסקי (פֿידל, מאַנדאָלינע, געזאַנג), ראַבאַ האַמרען (פֿידל, אוד, געזאַנג), מאַ שׂרה (געזאַנג, גיטאַרע), שמואל... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 17:20 - Commentaires [0] - Permalien [#]