25 décembre 2010

חודשלעכער בריוו - יאַנואַר 2011

The Paris Yiddish Center - Medem Library English newsletter is now on line on the website : http://yiddish2english.canalblog.com דער חודשלעכער בריוו פֿונעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער -- מעדעם–ביבליאָטעק איז שוין אויף אינטערנעץ וועבאָרט : http://yiddish2yiddish.canalblog.com  
Posté par MCYBM à 23:48 - Commentaires [0] - Permalien [#]

25 décembre 2010

ליטעראַרישע באַגעגענישן

באַגעגעניש מיט בני ברבש צום דערשײַנען פֿון זײַן ראָמאַן ליטל ביג בענג אינעם פֿאַרלאַג זולמאַ איבערגעזעצט פֿון העברעיִש דורך דאָמיניק ראָטערמונד  שבת דעם 15טן יאַנואַר, 15.00 אַ זייגער בני ברבש, דראַמאַטורג, שרײַבער און סצענאַריסט, איז געבוירן געוואָרן אין 1951. ער וווינט אין תּל-אַבֿיבֿ. נאָכן בוך "מײַן ערשטער סאָני" (פּרעמיע פֿונעם ביכער–סאַלאָן 2008) גייט ער ווײַטער אָן מיט זײַן אַרײַנקלער אין דער מאָדערנער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט אין פֿאָרעם פֿון אַ משפּחה–פּאָרטרעט. אין "ליטל ביג בענג" ווײַזט ער די... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 22:00 - Commentaires [0] - Permalien [#]
25 décembre 2010

גאַלאַ–אָוונט לטובֿת דעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער

זשאַן–פֿראַנסואַ זיגלפּיאַנע, אָרגל, קינסטלערישע אָנפֿירונג מיט טאַלילאַ, געזאַנגמאַרטין באַיִ, וויאָלאָנטשעלפֿיליפּ בעראָד, קלאַרינעטשטעלט פֿאָרלכּבֿוד זײַן עלטער–זיידןשלום זיגל, אַ חזן אין פּוילן משפּּחה זונטיק דעם 6טן מאַרץ 2011, 19.00 אַ זייגער אין Palace 8, Rue du Faubourg Montmartre - 75009 Paris אינפֿאָרמאַציעס און בילעטן פּאַריער ייִדיש–צענטער 
Posté par MCYBM à 21:00 - Commentaires [0] - Permalien [#]
25 décembre 2010

אויסשטעלונג

פֿיר הונדערט יאָר ייִדישע ביכער אין די זאַמלונגען פֿון דער מעדעם–ביבליאָטעק אויסשטעלונג און רעפֿעראַטן פּאַנאָראַמע פֿון ייִדישע ביכער פֿון מיטל–עלטער ביז הײַנט אין 11 טעמאַטישע טאָוולען : די אַלט–ייִדישע ליטעראַטור, די קלאַסיקער, די גאָלדענע תּקופֿה פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, חורבן–ליטעראַטור, ייִדישע ביכער הײַנט, צײַטשריפֿטן, פּאָליטישע ביכער, קינדער–ליטעראַטור, פּראַקטישע ביכער, איבערזעצונגען, פֿאַרלאַגן   פֿירונגען אין יאַנואַרדינסטיק דעם 18טן יאַנואַר, 15.00 אַ זייגער, מיט זשיל ראָזיע, אין פֿראַנצייזיש שבת דעם 29סטן... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 21:00 - Commentaires [0] - Permalien [#]
25 décembre 2010

יאַנואַר אינעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער

די רעפֿעראַטן, באַגעגענישן און פֿאַָרלייענונגען קומען פֿאָר אינעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער — מעדעם–ביבליאָטעק   29, rue du Château d'Eau - Paris 10eTél : 01 47 00 14 00 / fax : 01 47 00 14 47Métro : République, Jacques Bonsergent, Château d'EauBus : 38, 39, 47, 56, 65   צו זען אַלע אונדזערע אַקטיוויטעטן, קוקט אַרײַן אין דער בראָשור
Posté par MCYBM à 19:06 - Commentaires [0] - Permalien [#]
25 décembre 2010

רעפֿעראַט אויף ייִדיש

רעפֿעראַט פֿון קען פֿרידן סיראַקוזער אוניווערסיטעטמאָנטיק דעם 3טן יאַנואַר 2011, 14.00 אַ זייגער אין די ראַמען פֿון ייִדיש–לעקציעסאומקום און ישועה : באַנײַונג דורך איבערזעצונג אין דער ייִדישער ליטעראַטור אַרײַנגאַנג פֿרײַ
Posté par MCYBM à 18:06 - Commentaires [0] - Permalien [#]

25 décembre 2010

חודשלעכער סעמינאַר פֿון ייִדישער ליטעראַטור

    סעמינאַר אויף ייִדיש געווידמעט ר' נחמן בראַסלעווער, 1810-1772   צו זײַן 200סטן יאָרצײַט    אָנגעפֿירט דורך יצחק ניבאָרסקי און נאַטאַליאַ קריניצקאַ   געשטיצט דורך     ROTHSCHILD FOUNDATION (EUROPE)   זונטיק דעם 9טן יאַנואַר 2011, 9.30 אַ זייגער  די סיפּורי–מעשׂיות און זייערע גילגולים אין דער מאָדערנער ליטעראַטור      דער סעמינאַר איז אין גאַנצן אויף ייִדיש ; יעדער תלמיד וואָס האָט דורכגעמאַכט דרײַ יאָר ייִדיש–לעקציעס קען אָנטייל... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 17:08 - Commentaires [0] - Permalien [#]
25 décembre 2010

דינסטיקן געווידמעט דעם נעכטן און דעם הײַנט

ציקל : ייִדן אין מיטל–אייראָפּע, אַ מאָדערנע געשיכטע  אַ ציקל פֿון 7 רעפֿעראַטן אויף פֿראַנצייזיש דורך פֿיליפּ בוקאַראַ דינסטיק דעם 11טן יאַנואַר, 20.30 אַ זייגער  דריטער רעפֿעראַט פּוילן — ערשטע פֿאַרבינדונגען מיט פֿראַנקרײַך, פֿונעם 17טן ביזן 19טן יאָרהונדערט אויף פֿראַנצייזיש פּרײַז פֿאַר אַ רעפֿעראַט : 5 אייראָס. מיטגלידער : 3 אייראָס מע דאַרף אָנקלינגען צו רעזערווירן 01 47 00 14 00
Posté par MCYBM à 16:59 - Commentaires [0] - Permalien [#]
25 décembre 2010

רעפֿעראַטן אויף פֿראַנצייזיש

    גאַליציע דערציילט דורך אירע זין אין פֿיר שפּראַכן ייִדיש, העברעיִש, דײַטש און פּויליש ציקל פֿון 5 חודשלעכע רעפֿעראַטן פֿון אירען וועקשטיין און מאַרטין גרינבערג   מיטוואָך דעם 19טן יאַנואַר, 20.00 אַ זייגער דער ערשטער רעפֿעראַט ייִדישע ליטעראַטור : אין וואָס פֿאַר אַ וועלט לעבן מיר ? משה נאַדיר, מלך ראַוויטש, אורי צבֿי גרינבערג אָפּצאָל : 5 אייראָס. מיטגלידער : 3 אייראָס. פֿאַרן גאַנצן ציקל : 20 אייראָס. מיטגלידער : 12 אייראָס צו רעזערווירן קלינג אָן     01 47 00 14 00     ... [Lire la suite]
Posté par MCYBM à 16:02 - Commentaires [0] - Permalien [#]
25 décembre 2010

טאַנצוואַרשטאַט

פֿאָרגעלייגט דורך דאָראָטע וויענעאיר ווילט אָנהייבן דאָס נײַע יאָר אין אַ גוטער שטימונג ? קומט טאַנצן אינעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער מיט מאַריאַן אַנטאַ (פֿידל) און ניקאָלאַ נאַרבאָני (גיטאַר). מאָניק רענער וועט פֿירן דעם טאַנץ זונטיק דעם 16טן יאַנואַר פֿון 15.00 ביז 17.30 אַ זייגער אָפּצאָל : 15 אייראָס. מיטגלידער : 12 אייראָס. געטראַנקען אַרײַנגערעכנט צו רעזערווירן קלינג אָן 01 47 00 14 00
Posté par MCYBM à 15:02 - Commentaires [0] - Permalien [#]