Canalblog
Suivre ce blog Administration + Créer mon blog
Publicité

דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק

23 décembre 2009

זונטיק-סעמינאַר פֿון ייִדישער ליטעראַטור

סעמינאַר אויף ייִדיש געווידמעט מאָריס ווינטשעווסקי (1932-1856), דעם זיידן פֿון דער ייִדישער סאָציאַליסטישער ליטעראַטור אָנגעפֿירט דורך יצחק ניבאָרסקי מיט דער שטיץ פֿון דער ראָטשילד–פֿונדאַציע זונטיק דעם 17טן יאַנואַר, 9.30 אַ זייגער ווינטשעווסקי אין אַמעריקע...
Publicité
Publicité
23 décembre 2009

דינסטיקן געווידמעט דעם נעכטן און דעם הײַנט

ציקל : קאָפּמענטשן און כּלל–טוער, אַ פּאָר פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער מאָדערנקייט אַ ציקל פֿון 7 רעפֿעראַטן אויף פֿראַנצייזיש דורך פֿיליפּ בוקאַראַ דינסטיק דעם 19טן יאַנואַר, 20.30 אַ זייגער פֿערטער רעפֿעראַט נתן בירנבוים, נחמן סירקין, בער באָראָכאָוו....
23 décembre 2009

ליטעראַרישע באַגעגעניש

ליטעראַרישע באַגעגעניש
לע עטר ע לע בולאָ : אַן עסיי וועגן דעם אייראָפּעיִשן אומעט אַ באַגעגעניש אויף פֿראַנצייזיש, אָנגעפֿירט דורך דער שרײַבערין סעסיל ווײַסבראָט, מיט קאַמיל דע טאָלעדאָ, צום דערשײַנען פֿון זײַן נײַעם עסיי Le hêtre et le bouleau איז דערשינען אינעם פֿאַרלאַג...
23 décembre 2009

קינאָקלוב

Feux croisés (Crossfire) Ciné-club proposé par CLAUDE ROTSCHILD Samedi 23 janvier à 15h00 Réalisateur : Edward Dmytryk USA - 1947 - 86 mn - noir et blanc - anglais sous-titré français . Nous sommes au sortir de la deuxième guerre mondiale aux USA. Enquêtant...
23 décembre 2009

וואַרשטאַטן–לוח

וואַרשטאַטן–לוח
קינדערשול : זונטיק דעם 10טן און דעם 24סטן יאַנואַר פֿון 14.30 ביז 17.30 אַ זייגער כאָר : זונטיק 10 יאַנואַר פֿון 11.00 ביז 13.00 אַ זייגער און פֿון 14.30 ביז 16.30 אַ זייגער טעאַטער : מיטוואָך דעם 6טן און דעם 27סטן יאַנואַר. פֿאָרזיכטיק : נײַע שעהען —...
Publicité
Publicité
23 décembre 2009

וואַרשטאַט פֿון קלעזמער–מוזיק 2010 — פראָגראַם

וואַרשטאַט פֿון אינסטרומענטאַל–מוזיק וואַרשטאַט פֿון ייִדישע לידער טאַנצוואַרשטאַט וואַרשטאַט פֿאַר יוגנטלעכע פֿונעם 5טן ביזן 9טן יולי 2010 ס'איז שוין דאָס אַכטע יאָר ווי די פֿיר אינטענסיווע פּאַראַלעלע וואַרשטאַטן ווערן אָרגאַניזירט פֿאַר בעלנים אין...
23 décembre 2009

נײַעס פֿון אונדזערע מיטאַרבעטער

נײַעס פֿון אונדזערע מיטאַרבעטער
פֿאַני באַרבאַרע (די פּרעזידענטקע), איז געווען אַ מיטאָנפֿירערין פֿון אַ וואַרשטאַט בשעת דער 8טער וועלטלעכער קאָנפֿערענץ פֿון ייִדישע צענטערס וואָס איז פֿאָרגעקומען אין תּל–אַבֿיבֿ אָנהייב נאָוועמבער. די טעמע פֿונעם וואַרשטאַט איז געווען ייִדישע אידענטיטעט...
23 décembre 2009

אַ נײַער ייִדיש–קורס

ייִדיש–קורס אין שטראַסבורג אָנגעפֿירט דורך דאָריס ענגעל, מיט לידער פֿון אַסטריד רוף מאָנטיק, 18.15 אַ זייגער אַדרעס OLCA 11 rue Teutsch 67000 Strasbourg אינפֿאָרמאַציע 03 88 61 51 61
26 octobre 2009

דער חודשלעכער בריוו — נאָוועמבער 2009

The Paris Yiddish Center - Medem Library English newsletter is now on line on the website : http://yiddish2english.canalblog.com דער חודשלעכער בריוו פֿונעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער -- מעדעם–ביבליאָטעק איז שוין אויף אינטערנעץ וועבאָרט : http://yiddish2...
26 octobre 2009

ייִדיש אויפֿן אײַ–פֿאָן

ייִדיש אויפֿן אײַ–פֿאָן
ייִדיש פֿאַר קינדער : נומער 1 — דער אַלף–בית Yiddish For Kids 1 "AlefBeys" דאָס איז אַ פּראָגראַם וואָס לאָזט זיך גיך אויסלערנען לייענען און שרײַבן ייִדישע אותיות אויפֿן אײַ–פֿאָן אָדער אײַ–פּאָד–טאַטש עס איז זייער גרינג צו ניצן. דער פּראָגראַם פֿאַרבינדט...
26 octobre 2009

נאָוועמבער אינעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער

רעפֿעראַטן, באַגעגענישן און פֿאָרלייענונגען קומען פֿאָר אינעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער — מעדעם–ביבליאָטעק 18, passage Saint-Pierre Amelot - Paris 11e Tél : 01 47 00 14 00 / fax : 01 47 00 14 47 צו זען אַלע אונדזערע אַקטיוויטעטן, לייענט אונדזער בראָשור...
26 octobre 2009

ליטעראַרישע באַגעגענישן

ליטעראַרישע באַגעגענישן
איצט איז עס שוין דער עבֿר - פֿֿאַרלאַג ווערטיקאַל באַגעגעניש מיט מאַריאַן רובינשטיין, צום דערשײַנען פֿון איר לעצט בוך, אָנגעפֿירט דורך זשיל ראָזיע שבת דעם 7טן נאָוועמבער, 15.00 אַ זייגער אַרײַנגאַנג : 5 אייראָס. מיטגלידער : 3 אייראָס ס'איז בעסער צו רעזערווירן...
26 octobre 2009

ליטעראַרישער עונג–שבת

ליטעראַרישער עונג–שבת
ייִדישע וויצן צום 150סטן געבוירן–טאָג פֿון יהושע–חנא ראַבֿניצק יאַרײַנפֿיר און פֿאָרלייענען אויף ייִדיש פֿון יצחק ניבאָרסקי שבת דעם 14טן נאָוועמבער, 15.00 אַ זייגער דער העברעיִש–ייִדישער שרײַבער און קריטיקער ראַבֿניצקי איז געווען אַ פֿאַרטיידיקער פֿון...
26 octobre 2009

זונטיק–סעמינאַר פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור

סעמינאַר אויף ייִדיש געווידמעט מאָריס ווינטשעווסקין (1932-1856), דער זיידע פֿון דער ייִדישער סאָציאַליסטישער ליטעראַטור אָנגעפֿירט דורך יצחק ניבאָרסקי מיט דער שטיץ פֿון דער ראָטשילד–פֿונדאַציע זונטיק דעם 15טן נאָוועמבער, 9.30 אַ זייגער מ. ווינטשעווסקי...
26 octobre 2009

דינסטיקן געווידמעט דעם נעכטן און דעם הײַנט

אַ פּאָר פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער מאָדערנער וועלט ציקל פֿון 7 רעפֿעראַטן פֿון פֿיליפּ בוקאַראַ דינסטיק דעם 17טן נאָוועמבער, 20.30 אַ זייגער 2/7 וויקטאָר אַלטער, הענריק ערליך, רפֿאל אַבראַמאָוויטש — דרײַ געשטאַלטן פֿונעם בונד איין רעפֿעראַט :...
26 octobre 2009

קינאָ–קלוב

קינאָ–קלוב
ייִדישע גליקן קינאָ–קלוב פֿאָרגעלייגט דורך קלאָד ראָטשילד שבת דעם 21סטן נאָוועמבער, 15.00 אַ זייגער 21 רעזשיסאָר : אַלכּסנד גראַנאָווסקי ראַטן–פֿאַרבאַנד – 1925 – 88 מינוט – שוואַרץ–ווײַס – שטום אַ פּערל פֿון ייִדישן בורלעסק פֿונעם סאָוועטישן קינאָ. אַלע...
26 octobre 2009

אַלף–בית

אַלף–בית
אינטענסיווער סטאַזש אָנגעפֿירט דורך נאַדיאַ דעהאַן–ראָטשילד און דאָראָטע וויענע שבת דעם 28סטן נאָוועמבער פֿון 14.00 ביז 18.00 אַ זייגער און זונטיק דעם 29סטן נאָוועמבער פון 10.00 ביז 13.00 אַ זייגער און פֿון 14.00 ביז 17.00 אַ זייגער אַרײַנגאַנג : 55 אייראָס....
26 octobre 2009

Le calendrier des ateliers de la Maison de la culture yiddish

Le calendrier des ateliers de la Maison de la culture yiddish
Kindershul : dimanche 8 et 22 novembre de 14h30 à 17h30 Chorale : dimanche 22 novembre de 11h00 à 13h00 et de 14h30 à 16h30 Théâtre : mercredi 11 et 25 novembre de 15h00 à 17h00 Musique klezmer : dimanche 8 et 15 novembre de 11h00 à 13h00 Atelier de traduction...
26 octobre 2009

אַרום דער מעדעם–ביבליאָטעק

צו דער געלעגנהייט פֿון דעם אייראָפּעיִשן ביכערטאָר, זונטיק דעם 29סטן נאָוועמבער, אָרגאַניזירט די ייִדישע קולטור–געזעלשאַפֿט פֿון רען אַ טאָג געווידמעט דער אַשכּנזישער קולטור פֿון 11 אַ זייגער אָן קענט איר זען פֿילמען, אַ קליינע אויסשטעלונג ייִדישע ביכער...
Publicité
Publicité
<< < 10 11 12 > >>
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
Publicité
Publicité