Canalblog
Editer l'article Suivre ce blog Administration + Créer mon blog
Publicité
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
30 décembre 2011

חודשלעכער בריוו פֿון יאַנואַר 2012

The Paris Yiddish Center - Medem Library English newsletter is now on line

on the website : http://yiddish2english.canalblog.com

דער חודשלעכער בריוו פֿונעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער -- מעדעם–ביבליאָטעק איז שוין אויף אינטערנעץ

וועבאָרט : http://yiddish2yiddish.canalblog.com


אינטענסיווער סוף–וואָך קורס

אין פּאַריז, פֿון פֿרײַטיק דעם 3טן ביז זונטיק דעם 5טן פֿעברואַר


פּעדאַגאָגישע אָנפֿירונג : יצחק ניבאָרסקי 
חיהלע ביר - אוניווערסיטי קאָלעדזש, לאָנדאָן
אַהרן וואַלדמאַן - פּאַריזער ייִדיש–צענטער
יצחק ניבאָרסקי - אינסטיטוט פֿאַר מיזרח–שפּראַכן
קאַראָלינאַ שימאַניאַק - וואַרשעווער אוניןןערסיטעט
נאַטאַליאַ קריניצקאַ - אוניווערסיטעט פּאַריז 4

פֿאַר מיטעלע און אַוואַנסירטע סטודענטן


פֿרײַטיק דעם 3טן פֿעברואַר

 אַהרן וואַלדמאַן - אין פּוילישע וועלדער פֿון יוסף אָפּאַטאָשו, פֿון 14.30 ביז 16 אַ זייגער
 אַהרן וואַלדמאַן - אין פּוילישע וועלדער פֿון יוסף אָפּאַטאָשו, פֿון 16.30 ביז 18 אַ זייגער

שבת דעם 4טן פֿעברואַר

 קאַראָלינאַ שימאַניאַק - די פּאָעזיע פֿון דבֿורה פֿאָגעל, פֿון 9.30 ביז 11 אַ זייגער

קאַראָלינאַ שימאַניאַק - די פּאָעזיע פֿון דבֿורה פֿאָגעל, פֿון 11.30 ביז 13 אַ זייגער


מאָלצײַט (יעדער איינער ברענגט עפּעס צו עסן אָדער צו טרינקען) - פֿון 13 ביז 14.30

 חיהלע ביר - איציק מאַנגער אין לאָנדאָן, פֿון 14.30 ביז 16 אַ זייגער

 חיהלע ביר - איציק מאַנגער אין לאָנדאָן, פֿון 16.30 ביז 18 אַ זייגער



זונטיק דעם 5טן פֿעברואַר

  יצחק ניבאָרסקי - כאַראַקטעריסטישע מעכאַניזמען פֿון ייִדישן הומאָר, פֿון 9 ביז 10.30 אַ זייגער

  יצחק ניבאָרסקי - כאַראַקטעריסטישע מעכאַניזמען פֿון ייִדישן הומאָר, פֿון 11 ביז 12.30 אַ זייגער

מאָלצײַט (יעדער איינער ברענגט עפּעס צו עסן אָדער צו טרינקען) - פֿון 13 ביז 14.3

 נאַטאַליאַ קריניצקאַ - דאָס פֿײַפֿעלע - איין מאָטיוו בײַ פֿאַרשדיידענע שרײַבער, פֿון 14.30 ביז 16 אַ זייגער

 נאַטאַליאַ קריניצקאַ - דאָס פֿײַפֿעלע - איין מאָטיוו בײַ פֿאַרשדיידענע שרײַבער, פֿון 16.30 ביז 18 אַ זייגער


שׂכר–לימוד : 160 אייראָס
פֿאַר סטודענטן אונטער 30 יאָר, אײַנגעשריבענע אין אַן אוניווערסיטעט (מע דאַרף ווײַזן אַ לעגיטימאַציע) - 120 אייראָס

מע קען בעטן אַ סטיפּענדיע

סטיפּענדיעס דער עיקר פֿאַר סטוגדענטן


אינפֿאָרמאַציעס
Maison de la culture yiddish - Bibliothèque Medem
29, rue du Château d’eau - 75010 Paris
Tél. : (+ 33 - 1) 47 00 14 00. Fax : (+ 33 - 1) 47 00 14 47.
Site internet : www.yiddishweb.com
Pour s’inscrire / To register : mcy@yiddishweb.com
Téléchargez la fiche d'inscription (registration form) et la brochure en yiddish.


טרוים–טעאַטער - אַ פֿאָרשטעלונג

דינסטיק דעם 7טן פֿעברואַר, 20.30 אַ זייגער

DSC_0147_bis

דאָס גרויסע געווינס

פֿון שלום–עליכם

 

 

אַדאַפּטירט און אינסצעניזירט פֿון שאַרלאָט מעסער

  

אַ שטעטל אין דער צאַרישער אימפּעריע. שימעלע סאַראָקער, אַ פּראָסטער ייִדישער שנײַדער, האָט אַ סך חובֿות. ער קען ניט באַצאָלן דאָס דירה–געלט און די קרעמער. נאָר מיט אַ מאָל מישט זיך אַרײַן דער גורל : ער ציט אויס דאָס גרויסע געווינס און ווערט דער רײַכסטער מענטש פֿונעם שטעטל. ווי וועט איצט אויסזען דאָס לעבן פֿון זײַן משפּחה ? איר וועט זיך אַלץ דערוויסן קומענדיק אויף דער נײַער פֿאָרשטעלונג פֿונעם טרוים–טעאַטער, „דאָס גרויסע געווינס“, לויט שלום–עליכמס דראַמע, געשפּילט אויף דעם גרויסן שרײַבערס באַטעמטן ייִדיש

 


אין ייִדיש מיט פֿראַנצייזישע אייבערשריפֿטן

  

Centre d'art et de culture de l'Espace Rachi
39 rue Broca 75005 Paris

אָפּצאָל :23 אייראָס. מיטגלידער : 18 אייראָס


איפֿאָרמאַציעס און בילעטן

 

Maison de la culture yiddish01 47 00 14 00

 אָדער אין

Centre d’Art et de Culture – Espace Rachi - Guy de Rothschild : 01 43 31 93 60 

Billetterie en ligne disponible ici.

 



די קינדערשול

IMG_5112

 

 

פֿאַר קינדער פֿון 3 ביז 13 יאָר

אָנגעפֿירט דורך שרון בר–כּוכבֿאאַניעל פֿישביין און בלומקע קון

מיט דער מיטאַרבעט פֿון מאַרט דעראָזעיער און דעם וואַרשטאַט פֿון קלעזמאָרים–מוזיק


נײַנצן באַגעגענישן צו 3 שעה אַ יאָר, אַרײַנגעריעכנט ייִדישע יום–טובֿים


פֿון 14.30 ביז 15.45 אַ זייגער : שפּראַך–לימוד

די קינדער ווערן צעטיילט אין דרײַ גרופּעס

גרופּע א

אָנפֿירערין : אַניעל פֿישביין

דער אַלף–בית און וואָקאַבולאַר פֿאַר אָנהייבער

גרופּע ב

אָנפֿירערין : בלומקע קון

לייענען פּשוטע טעקסטן, שרײַבן, שפּילן, לידער צו זינגען און צו זאָגן

גרופּע ג

אָנפֿירערין : שרון בר–כּוכבֿא

לידער צו זינגען און צו זאָגן, משלים, מעשׂיות, געניטונגען


פֿון 15.45 ביז 16.15 אַ זייגער : דאָס איבערבײַסן

די קינדער ברענגען אַליין מיט וואָס איבערצובײַסן. מע לייגט זיי פֿאָר געטראַנקען


פֿון 16.15 ביז 17.30 אַ זייגער : קונסטוואַרשטאַטן

אַלע קינדער זינגען, שפּילן אָדער צייכענען צוזאַמען

שׂכר–לימוד : 185 אייראָס. (אַרײַנגערעכנט לערן–מאַטעריעל)

 

הנחה : פֿאַרן צווייטן קינד פֿון דער זעלבער משפּחה

איין באַגעגעניש : 16 אייראָס. משפּחה–מיטגלידערשאַפֿט אינעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער : 75 אייראָס וואָס מע קען צום טייל אָפּרעכענען פֿון די שטײַערן

דאַטעס : דעם 8טן און דעם 28סטן יאַנואַר, דעם 5טן און דעם 12טן פֿעברואַר, דעם 18טן און דעם 1טן אַפּריל


לאָדט אָפּ די קינדערשול 
אויב איר ווילט מער אינפֿאָרמאַציעס, קלינגט אָן

01 47 00 14 00

אָדער שרײַבט אַ בליצבריוול

biblio@yiddishweb.com


 

פּורים

זונטיק דעם 11טן מאַרץ, 14.30 אַ זייגער

אַ מאָל איז געווען

אסתּר, אַחשוורש, וושתּי, מרדכי…
קינדער, קומט פֿאַרשטעלט

פֿאַר קינדער פֿון 4 יאָר אָן

אײַנטריט : 16 אייראָס. 11€ פֿאַר די קינדער פֿון דער קינדעקשול

 


ייִדישער קאַבאַרעט

שבת דעם 28סטן יאַנואַר, 20.30 אַ זייגער

 

rideau_niveau_de_gris

ווען אין פּאַריז שפּילט מען און לאַכט ווי אין וואַרשע, לאָדזש און שטעטל

פּראָפֿעסיאָנעלע און אַמאַטאָרן אין פֿאַרשיידענע אויפֿטריטן

געזאַנג, וויצן, שפּילן

באַלד אַנדערע ספּעקטאַקלען

אָנגעפֿירט דורך בעטי רײַכער

 

מיט
דניאל קאָרענהאָף, פֿידל

מאַרסעל קאָרענהאָף, אַקאָרדעאָן
ליאָנעל מילער און מישעל פֿישביין, אַ דועט
משקה - געזאַנג, קלאַרנעט און פּערקוסיע

 

אײַנטריט : 15 אייראָס . מיטגלידער : 12 אייראָס

 

צו רעזערווירן

01 47 00 14 00 

די קאַפֿעטעריע איז אָפֿן פֿון 19.30 אָן

Maison de la Culture Yiddish-Bibliothèque Medem
29 rue du Château d'Eau, 75010 Paris

01 47 00 14 00

אויב איר ווילט אַליין אויפֿטרעטן אינעם קאַבאַרעט, שרײַבט צו בעטי רײַכער

bettyreicher@gmail.com.



וואַרשטאַטן פֿונעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער

 

לערנט זיך שפּילן קלעזמאָרים–מוזיק, זינגען, שפּילן און קאָכן אויף ייִדיש


shura_0709_72ppp

כאָר טשיריבים

אָנגעפֿירט דורך שורה ליפּאָווסקי

כּדי אָנטייל צו נעמען דאַרף מען ניט קענען קיין נאָטן אָדער לייענען ייִדיש, ס'איז גענוג צו וועלן זינגען

מע קען אָנטייל נעמען פֿונעם עלטער פֿון 15 יאָר אָן


שׂכר–לומוד
 : 185 אייראָס (18 באַגעגענישן) וואָס נעמט אַרײַן 10 אייראָס פֿאָטאָקאָפּיעס–אָפּצאָל

איין זונטיק אַ חודש

דעם 8טן יאַנואַר, פֿון 11.00 ביז 13.00 אַ זייגער און פֿון 14.30 ביז 16.30 אַ זייגער

מע עסט מיטיק צוזאַמען, יעדער איינער ברענגט עפּעס צו עסן אָדער צו טרינקען


 

NWNB

טעאַטער–וואַרשטאַט

שאַרלאָט מעסער

אָנגעפֿירט דורך נעמי ווײַספֿעלד

מיט דער מיטאַרבעט פֿון רענע קאַלושינסקי

צוויי דינסטיקן אַ חודש

דאַטעס : דינסטיק דעם 3טן און 17טן יאַנואַר פֿון 18.30 ביז 20.30 אַ זייגער

טיפֿערע אַרבעט איבער טעאַטער–טעכניקן און ייִדיש–רעדן

שׂכר–לומוד : 170 אייראָס (15 באַגעגענישן) אַ יאָר


 

klezmer_charles_72ppp

 

וואַרשטאַט פֿון קלעזמאָרים–מוזיק

אָנגעפֿירט דורך מאַרט דעראָזיער

פֿינף באַגעגענישן אין טרימעסטער

איין זונטיק אַ חודש

דאַטעס : דעם 22סטן און דעם 29סטן יאַנואַר פֿון 11.00 ביז 13.00 אַ זייגער


פֿאַר מענטשן וואָס קענען שוין שפּילן אויף אַן אינסטרומענט. דער וואַרשטאַט נעמט אַרום מאַסטער–קלאַסן אָנגעפֿירט פֿון מוזיקער פֿון אַ הויכן ניוואָ

שׂכר–לימוד : 170 אייראָס פֿאַר 15 באַגעגענישן אַ יאָר, אַרײַנגערעכנט 10 אייראָס פֿאָטאָקאָפּיעס–אָפּצאָל. סטודענטן אונטער 30 יאָר : 150 אייראָס. וואַרשטאַט אָפֿן פֿאַר אַלע, אַרײַנגערעכנט יוגנטלעכע פֿון 13 יאָר אָן, וואָס האָבן שוין אַ פּראַקטיק אין שפּילן אויף אַן אינסטרומענט פֿון 3 יאָר אָדער מער



 

דער טרוים–טעאַטער

theatre_visuel_duo_72ppp

אָנגעפֿירט דורך  שאַרלאָט מעסער

מיטוואָך, פֿון 19 ביז 21 אַ זייגער
שׂכר–לימוד : 170 אייראָס - 15 באַגעגענישן אַ יאָר

 

 

 


Yitskhok1

אַ צונג אָן ביינער

A tsung on beyner 
צי

A tsing un bayner ?
ייִדישע דיאַלעקטן

אָנגעפֿירט דורך יצחק ניבאָרסקי
מיט רובי מאָנעט און דוד קורץ
שבת דעם 14טן יאַנואַר, 15 אַ זייגער

אַרײַנטריט : 5 אייראָס. מיטגלידער : 3 אייראָס

 


טשײַניק–קאַפֿע

לאָמיר כאַפּן אַ שמועס

פֿאַר די אַלע וואָס האָבן ליב זיך צו טרעפֿן אין אַ וואַרעמער סבֿיבֿה בײַ אַ גלאָז טיי און כאַפּן אַ פֿרײַנדלעכן שמועס אויף ייִדיש

דאָנערשטיק פֿון 14.30 ביז 16.30 אַ זייגער


אויסשטעלונג

 

51M_HrVwgAL

די קלאַנגען פֿון שתּיקה

פֿונעם 14טן דעצעמבער 2011 ביזן 3טן מאַרץ 2012

פֿאָטאָגראַפֿיעס

די דאָזיקע אויסשטעלונג פֿון ווערק פֿון אַ ליטווישן פֿאָטאָגראַף רײַמאַנדאַס פּאַקניס איז געווידמעט דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין ליטע. זי איז פֿאָרגעלייגט געוואָרן דורך דער ליטווישער אַמבאַסאַדע. דורך בילדער פֿון ערטער, בנינים און אַנדערע שפּורן פֿון דער ייִדישער קולטור פֿון 19טן און 20סטן י”ה, גיט דער קינסטלער אַן אַרײַנבליק אין דער געשיכטע פֿון ליטווישע ייִדישע קהילות פֿון שטעט און שטעטלעך און דערמאָנט מענטשן — באַוווּסטע אָדער אומבאַקאַנטע — וואָס האָבן געלאָזט זייערע שפּורן אינעם לאַנד.  

אַרײַנגאַנג פֿרײַ



באַגעגענישן

yalestrom

דינסטיק דעם 17טן יאַנואַר, 20 אַ זייגער

דייוו טאַראַס - דער מלך פֿון די קלעזמאָרים, דורך יייל סטראָם


אַרײַנגאַנג : 15 אייראָס. מיטגלידער : 12 אייראָס

 

 


 

Photo_2

דאָנערשטיק דעם 9טן פֿעברואַר, 20.30 אַ זייגער

סימאָן עפּשטיין

צום דערשײַנען פֿון זײַן בוך 1930 : אַ יאָר אין דער ייִדישער געשיכטע, אַרויסגעגעבן דורכן פֿאַרלאַג סטאָק

אַרײַנגאַנג : 5 אייראָס. מיטגלידער : 3 אייראָס

 

photo_Boukara

דינסטיקן געווידמעט דער געשיכטע, דעם 24סטן יאַנואַר, 20 אַ זייגער

ייִדן אין אַזיע (דער ערשטער רעפֿעראַט) - כינע און דער ווײַטער מיזרח

פֿיר רעפֿעראַטן פֿון פֿיליפּ בוקאַראַ

אַרײַנגאַנג : 5 אייראָס. מיטגלידער : 3 אייראָס



רעפֿעראַטן צו הערן

אויף אינטערנעץ


די באַגעגעניש פֿונעם 20סטן אָקטאָבער 2011 : סטיוון סאַמסאָן מיט סעסיל גילבער 

 צו הערן

דער רונדיקער טיש פֿונעם 15טן נאָוועמבער 2011  : אין פּוילן, דאָס הייסט אין ערגעץ ניט — אָנגעפֿירט דורך זשיל ראָזיע, מיט טאַלילאַ, זשערעמי דרעס, עלען אָפּענהיים–גלוקמאַן און דניאל אָפּענהיים

 צו הערן

 

איר קענט זען און הערן אויף אינטערנעץ אַנדערע באַגעגענישן פֿונעם ציקל

באַשרײַבן אַ חורבן — פֿיקציע און דאָקומענטן


באַגעגעניש פֿונעם 6טן אַפּריל 2011 — סעסיל ווײַסבראָט לייענט פֿאָר איר טעקט און שמועסט מיט זשיל ראָזיע

צו הערן און צו זען אויפֿן וועבאָרט

remue.net.

באַגעגעניש פֿונעם 28סטן אַפּריל 2011, מיט העלען זיקסוס און סעסיל ווײַסבראָט

צו הערן און צו זען אויפֿן וועבאָרט

remue.net.

באַגעגעניש פֿונעם 5טן מײַ 2011, מיט לאָראַן בינע און סעסיל ווײַסבראָט

צו הערן און צו זען אויפֿן וועבאָרט

remue.net.

באַגעגעניש פֿונעם 26סטן מײַ 2011, מיט סוועטלאַנאַ אַלעקסעיעוויטש און סעסיל ווײַסבראָט

צו הערן און צו זען אויפֿן וועבאָרט

remue.net.

באַגעגעניש פֿונעם 16טן יוני 2011, מיט מאַרסעל כּהן און סעסיל ווײַסבראָט

צו הערן און צו זען אויפֿן וועבאָרט

remue.net.

באַגעגעניש פֿונעם 22סטן סעפּטעמבער 2011, מיט זשיל ראָזיע און סעסיל ווײַסבראָט

צו הערן און צו זען אויפֿן וועבאָרט

remue.net.

באַגעגעניש פֿונעם 13טן אָקטאָבער : דאָמיניק דוסידור און סעסיל ווײַסבראָט

צו הערן  און צו זען אויפֿן וועבאָרט

remue.net


באַגעגעניש פֿונעם 10טן נאָוועמבער : לאָראַנס ווערנער דאַוויד און סעסיל ווײַסבראָט

צו זען



אַלף–בית ...און ווײַטער

נאַדיאַ דעהאַן–ראָטשילד און אַהרן וואַלדמאַן

פֿאַר די וואָס האָבן זיך אויסגעלערנט דעם אַלף–בית, אָבער וואָס האָבן ניט קיין געלעגנהייט צו גיין ווײַטער — שמועסן, פּשוטע טעקסטן, גראַמאַטיק, לידער

שבת דעם 4טן פֿעברואַר, פֿון 9.30 ביז 18 אַ זייגער

יעדער איינער ברענגט עפּעס צו עסן און צו טרינקען

שׂכר–לימוד : 60 אייראָס. מיטגלידער : 45 אייראָס


 

חודשלעכער סעמינאַר פֿון ייִדישער ליטעראַטור

אָנגעפֿירט דורך יצחק ניבאָרסקי און נאַטאַליאַ קריניצקאַ

טעמעס פֿון יאָר
דער אמתער ייִדישער וויץ

גילגולים פֿון מאָטיוון

 


זונטיק דעם 8טן יאַנואַר

 יצחק ניבאָרסקי - טיפּישע סיטואַציעס. טעקסטן–אָפּקלײַב

 נאַטאַליאַ קריניצקאַ -די ישו–געשטאַלט אין דער ייִדישער ליטעראַטור

 

זונטיק דעם 5טן פֿעברואַר

  יצחק ניבאָרסקי - כאַראַקטעריסטישע מעכאַניזמען פֿון ייִדישן הומאָר, פֿון 9 ביז 10.30 אַ זייגער

  יצחק ניבאָרסקי - כאַראַקטעריסטישע מעכאַניזמען פֿון ייִדישן הומאָר, פֿון 11 ביז 12.30 אַ זייגער

מאָלצײַט (יעדער איינער ברענגט עפּעס צו עסן אָדער צו טרינקען) - פֿון 13 ביז 14.3

 נאַטאַליאַ קריניצקאַ - דאָס פֿײַפֿעלע - איין מאָטיוו בײַ פֿאַרשדיידענע שרײַבער, פֿון 14.30 ביז 16 אַ זייגער

 נאַטאַליאַ קריניצקאַ - דאָס פֿײַפֿעלע - איין מאָטיוו בײַ פֿאַרשדיידענע שרײַבער, פֿון 16.30 ביז 18 אַ זייגער

 

דער סעמינאַר איז אין גאַנצן אויף ייִדיש ; יעדער תּלמיד וואָס האָט דורכגעמאַכט דרײַ יאָר ייִדיש–לעקציעס קען אָנטייל נעמען

 

שעהען : פֿון 9.30 ביז 12.30 און פֿון 14.00 ביז 16.30 אַז

שׂכר–לימוד : 34 אייראָס, מיטגלידער : 27 אייראָס

מע עסט מיטיק אַלע צוזאַמען. יעדער איינער דאַרף ברענגען עפּעס צו עסן אָדער צו טרינקען

פֿאָטאָקאָפּיעס–אָפּצאָל : 10 אייראָס


זיבעטע זומערקורסן געווידמעט דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור

פֿונעם 9טן ביזן 27סטן יולי 2012

 

די לערערס, אונטער דער פּעדאַגאָגישער אָנפֿירונג פֿון יצחק ניבאָרסקי :

חיהלע ביר (יוניווערסיטי קאָלעדזש, לאָנדאָן)

שרון בר–כּוכבֿא (פּאַרזיער ייִדיש–צענטער)

רובי מאָנעט (פּאַריזער ייִדיש–צענטער)

יצחק ניבאָרסקי (אינסטיטוט פֿאַר מיזרחדיקע שפּראַכן, פּאַריז)

סאָניע פּינקוסאָוויטש–דראַטוואַ (מאַרטין בובער–אינסטיטוט, בריסל)

אַניק פּרים–מאַרגוליס (פּאַריזער ייִדיש–צענטער)

נאַטאַליאַ קריניצקאַ (אוניווערסיטעט פּאַריז 4)

זשיל ראָזיע (פּאַריזער ייִדיש–צענטער)

פֿיר ניוואָען לעקציעס, וואַרשטאַטן

שׂכר–לימוד : 680 אייראָס. סטודענטן : 480 אייראָס. מע קען בעטן אַ סטיפּענדיע (סטיפּענדיעס דער עיקר פֿאַר סטודענטן)

דאָס וווינען : די סטודענטן וואָס וואָלטן געוואָלט אײַנשטיין בײַ אַ פּאַריזער אײַנוווינער, אָדער מענטשן וואָס זענען גרייט אויפֿצונעמען אומזיסט אַ סטודענט אָדער אים פֿאַרדינגען אַ צימער צי אַ דירה בשעת דעם זומערקורס, קענען זיך וועגן דעם דורכשמועסן אַ דאַנק דער פֿייסבוק–גרופּע :

Parizer zumerkurs 2012

אויב איר ווילט מער אינפֿאָרמאַציעס, שרײַבט אויפֿן אַדרעס

annick@yiddishweb.com

דער פֿולער פּראָגראַם — אין פֿעברואַר 2012 

 





 

ראַדיאָ–עמיסיע

אויף אינטערנעץ
נײַע עמיסיע אויף ייִדיש פֿונעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער, צו זינגען און צו זאָגן, ווערט אָנגעפֿירט דורך שרון בר–כּוכבֿא, ניקאָל ווײַמאַן און זשיל ראָזיע. איר קענט הערן יעדע וואָך די נײַע עמיסיע אויף אונדזער וועבאָרט וווּ איר וועט אויך געפֿינען די פֿריִערדיקע עמיסיעס

ראַדיאָ–כוואַליעס

איר קענט דאָ הערן די עמיסיע ייִדיש הײַנט פֿונעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער, אָנגעפֿירט דורך זשיל ראָזיע

RCJ 93.9 FM

 

די עמיסיע פֿונעם 22סטן דעצעמבער 2011 - זשיל ראָזיע און פּיער–עמאַנועל דאָזאַ וועגן דעם בוך פֿון שמואל קאַסאָוו - ווער וועט אָנשרײַבן אונדזער געשיכטע ? - צו הערן דאָ
איר קענט הערן די פֿריִערדיקע עמיסיעס דאָ



מיר זוכן דאָקומענטן


דער פּאַריזער ייִדיש–צענטער גרייט אַן אויסשטעלונג וועגן ייִדישע אוטאָפּיעס, וואָס וועט זיך אָנהייבן דעם 8טן מאַרץ 2012

דערפֿאַר זוכן מיר אָריגינעלע דאָקומענטן (פֿאָטאָגראַפֿיעס, בריוו, פֿליבלעטלעך און אַזוי ווײַטער) וועגן דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע און ערדאַרבעט - אין ביראָבידזשאַן, קרים, אַרגענטינע, ארץ–ישׂראל אָדער אַנדערע לענדער

אויב איר קענט באָרגן אַזעלכע דאָקומענטן דעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער, שרײַבט צו זשיל ראָזיע

Gilles Rozier (gilles@yiddishweb.com).



יודאַיִקאַ עוראָפּעאַנאַ
Judaica_Europeana_Logo

אויב איר ווילט וויסן די לעצטע נײַעס וועגן דעם פּראָיעקט יודאַיִקאַ עוראָפּעאַנאַ, אין וועלכן עס באַטייליקט זיך דער פּאַריזער ייִדיש–צענטער — מעדעם–ביבליאָטעק, טוט אַ קוק דאָ

 

 

 


 

 

פֿייסבוק

 

דער פּאַריזער ייִדיש צענטער איז אויפֿן 

 facebook.

images_1

 

Publicité
Publicité
Commentaires
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
Publicité
Publicité