Canalblog
Editer l'article Suivre ce blog Administration + Créer mon blog
Publicité
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
26 octobre 2009

אַרום דער מעדעם–ביבליאָטעק

צו דער געלעגנהייט פֿון דעם אייראָפּעיִשן ביכערטאָר, זונטיק דעם 29סטן נאָוועמבער, אָרגאַניזירט די ייִדישע קולטור–געזעלשאַפֿט פֿון רען אַ טאָג געווידמעט דער אַשכּנזישער קולטור


פֿון 11 אַ זייגער אָן קענט איר זען פֿילמען, אַ קליינע אויסשטעלונג ייִדישע ביכער (אַרײַנגערעכנט אויסגאַבעס פֿון דער מעדעם–ביבליאָטעק) און הערן
די אַמאַטאָרן–גרופע אוי, הכּל–טובֿ !, ווי אויך דעם קלעזמאָרים–קוואַרטעט אָט אַזוי


אין דעם טייל געווידמעט דער ייִדישער ליטעראַטור וועלן בתיה בוים, איבערזעצערין פֿון ייִדיש אין פֿראַנצייזיש, און קוליש קעדעז, ברעטאָנישער פּאָעט און איבערזעצער פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע אין ברעטאָניש, פֿאָרלייענען עטלעכע טעקסטן

יצחק ניבאָרסקי (פּאַריזער ייִדיש–צענטער) וועט געבן אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע : נײַעס פֿון דער ייִדישער קולטור


ס'וועט זײַן אַ מילכיקער בופֿעט


Centre EDMOND SAFRA
5, allée du Mont Dol, Rennes
(près du Parc des Gayeulles, bus n° 3)

Publicité
Publicité
Commentaires
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
Publicité
Publicité