Canalblog
Editer l'article Suivre ce blog Administration + Créer mon blog
Publicité
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
28 février 2010

נײַעס וועגן אונדזערע מיטאַרבעטער

שׂרה מאָנטאַר, אַ פֿרײַוויליקע מיטאַרבעטערין פֿונעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער, באַטייליקט זיך אין דעם פּראָיעקט „הערן און רעדן — לעצטע עדות. אוישוויץ 2005-1945”, פֿאָרגעלייגט דורך דעם חורבן–מעמאָריאַל. צוזאַמען מיט אַנדערע פּליטים רעדט זי וועגן אירע דערפֿאַרונגען 

פֿאַרשיקט אינעם עלטער פֿון 16 יאָר אינעם לאַגער בירקענוי, צוזאַמען מיט איר מאַמען, אַרבעט שׂרה בײַ די שווערסטע קאָמאַנדאָס. מע מע צעשיידט זי פֿון דער מאַמען און מע שיקט זי אַוועק אינעם מענער–לאַגער. ערשט בשעת דעם „טויטמאַרש” אין בערגען–בעלזען געפֿינט זי צוריק די מאַמע. אין יענעם לאַגער ווערן זיי באַפֿרײַט דורך די אַליִיִרטע אין אַפּריל 1945

דינסטיק דעם 23סטן מאַרץ, 19.00 אַ זייגער


אויפֿן אַדרעס

Mémorial de la Shoah

17 rue Geoffroy-l'Asnier - Paris 4e


אַרײַנגאַנג פֿרײַ

Publicité
Publicité
Commentaires
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
Publicité
Publicité