Canalblog
Editer l'article Suivre ce blog Administration + Créer mon blog
Publicité
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
28 février 2010

יודאַיִקאַ עוראָפּעאַנאַ

צען אינסטיטוציעס וואָס אַרבעטן פֿאַרן אויפֿהאַלטן די אייראָפּעיִשע ייִדישע קולטור–ירושה (די מעדעם–ביבליאָטעק, די ביבליאָטעק פֿון דער אַלגעמיינער ייִדישער אַליאַנץ, דער ייִדישער מוזיי אין לאָנדאָן, דער ייִדישער מוזיי אין אַטען, די ביבליאָטעק פֿונעם געטע–אוניווערסיטעט אין פֿראַנקפֿורט בײַם מײַן, די בריטיש–לײַברערי, די ייִדישע אַרכיוון אין אונגאַרן, דער איטאַליענישער קולטור–מיניסטעריום, דער ייִדישער היסטאָרישער אינסטיטוט אין וואַרשע און דער פֿאָרשצענטער „פֿרײַנדשאַפֿט” אין באָלאָניע) באַטייליקן זיך אינעם פּראָיעקט יודאַיִקאַ עוראָפּעאַנאַ. דער פּראָיעקט ווערט געשטיצט פֿון דער אייראָפּעיִשער קאָמיסיע

דער ציל פֿון יודאַיִקאַ עוראָפּעאַנאַ איז צונויפֿצוקלײַבן אויפֿן וועבזײַטל

  www.judaica-europeana.eu

נומעריזירטע דאָקומענטן וואָס האָבן אַ שײַכות מיט ייִדישן צושטײַער צו דער אַנטוויקלונג פֿון אייראָפּעיִשע שטעט : הונדערטער טויזנטער ביכער, פֿאָטאָגראַפֿיעס, פּאָסטקאַרטלעך, פּלאַקאַטן און אוידיאָ–וויזועלע אויפֿנאַמעס. די פֿאַרשיידענע אינסטיטוציעס וועלן זיי שטעלן צו דיספּאָזיציע פֿונעם ברייטן עולם אין די קומענדיקע צוויי יאָר

Publicité
Publicité
Commentaires
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
Publicité
Publicité