Canalblog
Editer l'article Suivre ce blog Administration + Créer mon blog
Publicité
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
30 novembre 2011

די קינדערשול

IMG_5112

פֿאַר קינדער פֿון 3 ביז 13 יאָר

אָנגעפֿירט דורך שרון בר–כּוכבֿאאַניעל פֿישביין און בלומקע קון

מיט דער מיטאַרבעט פֿון מאַרט דעראָזעיער און דעם וואַרשטאַט פֿון קלעזמאָרים–מוזיק


נײַנצן באַגעגענישן צו 3 שעה אַ יאָר, אַרײַנגעריעכנט ייִדישע יום–טובֿים


פֿון 14.30 ביז 15.45 אַ זייגער : שפּראַך–לימוד

די קינדער ווערן צעטיילט אין דרײַ גרופּעס

גרופּע א

אָנפֿירערין : אַניעל פֿישביין

דער אַלף–בית און וואָקאַבולאַר פֿאַר אָנהייבער

גרופּע ב

אָנפֿירערין : בלומקע קון

לייענען פּשוטע טעקסטן, שרײַבן, שפּילן, לידער צו זינגען און צו זאָגן

גרופּע ג

אָנפֿירערין : שרון בר–כּוכבֿא

לידער צו זינגען און צו זאָגן, משלים, מעשׂיות, געניטונגען


פֿון 15.45 ביז 16.15 אַ זייגער : דאָס איבערבײַסן

די קינדער ברענגען אַליין מיט וואָס איבערצובײַסן. מע לייגט זיי פֿאָר געטראַנקען


פֿון 16.15 ביז 17.30 אַ זייגער : קונסטוואַרשטאַטן

אַלע קינדער זינגען, שפּילן אָדער צייכענען צוזאַמען

שׂכר–לימוד : 185 אייראָס. (אַרײַנגערעכנט לערן–מאַטעריעל). הנחה : פֿאַרן צווייטן קינד פֿון דער זעלבער משפּחה

איין באַגעגעניש : 16 אייראָס. משפּחה–מיטגלידערשאַפֿט אינעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער : 75 אייראָס וואָס מע קען צום טייל אָפּרעכענען פֿון די שטײַערן

דאַטעס : דעם 16טן און דעם 30סטן אָקטאָבער, דעם 6טן און דעם 20סטן נאָוועמבער, דעם 4טן (חנוכּה) און דעם 11טן דעצעמבער


לאָדט אָפּ די קינדערשול 
אויב איר ווילט מער אינפֿאָרמאַציעס, קלינגט אָן

01 47 00 14 00

אָדער שרײַבט אַ בליצבריוול

mcy@yiddishweb.com

 

Publicité
Publicité
Commentaires
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
Publicité
Publicité