Canalblog
Editer l'article Suivre ce blog Administration + Créer mon blog
Publicité
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
1 juillet 2009

זעקסטע זומערקורסן פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור

923A_mains_sur_cahierNBפיר מדרגות לעקציעס, טוטאָראַטן, וואַרשטאַטן — אין פאַריז

 

פֿון 13טן ביז 31סטן יולי 2009


די פּאַריזער זומערקורסן נעמען אויף, אין האַרצן פֿון פּאַריז, סטודענטן פֿון איבער צען לענדער. ס'איז אַ זעלטענע געלעגנהייט זיך צו באַניצן מיט ייִדיש ווי מיט אַ בשותּפֿותדיקער שפּראַך צווישן תּלמידים, לערערס און אָרגאַניזאַטאָרן

די זומערקורסן ווערן אָרגאַניזירט מיט דעם צושטײַער פֿון דער ראָטשילד–פֿונדאַציע, פֿונעם אינסטיטוט אַלען דע ראָטשילד און פֿון דער פֿונדאַציע רחל אײַזען און לעאָן יאַגאָלניצער, אונטער דעם אַפּוטרופּסות פֿון דער פֿאָנדאַסיאָן דע פֿראַנס


לעקציעס אויף 4 ניוואָען, פֿון מאָנטיק ביז פֿרײַטיק

אָנהייבערס, מיטעלע, אַוואַנסירטע, ליטעראַטור–סעמינאַר

נאָך מיטאָג, פּראַקטישע אַרבעט 3 מאָל אַ וואָך

קולטור-אַקטיוויטעטן

נאָך מיטאָג  : געזאַנג–, טעאַטער– און שמועס–וואַרשטאַטן
אין אָוונט : פֿילם–פּראָיעקציעס, רעפֿעראַטן, באַגעגענישן — זעט דעם פּראָגראַם דאָ–אונטן

לערער

פעדאַגאָגישע אָנפֿירונג : יצחק ניבאָרסקי

אָנהייבערס : סאָניאַ פּינקוסאָוויטש–דראַטוואַ און שרון בר–כּוכבֿא
2טע מדרגה (מיטעלע) : חיהלע ביר און סאָניאַ פּינקוסאָוויטש–דראַטוואַ
3טע מדרגה (ווײַטהאַלטערס) : רובי מאָנעט און זשיל ראָזיע
4טע מדרגה (ליטעראַטור–סעמינאַר)
גרופּע 4א : יצחק ניבאָרסקי און חיהלע ביר
טעמע : שלום–עליכם און די שרײַבערס פֿון זײַן צײַט
גרופּע 4ב : נאַטאַליע קריניצקאַ און יצחק ניבאָרסקי
טעמע : ייִדישע שרײַבער אין וואַרשע צווישן ביידע וועלט–מלחמות ; שלום–עליכם און די שרײַבערס פֿון זײַן צײַט

שכר–לימוד : 640 אייראָס. סטודענטן : 450 אייראָס.  פראָגראַם דאָ

אינפֿאָרמאַציעס און אײַנשרײַבונג אונטער דעם נומער 00 14 00 47 01 אָדער דורך בליצפּאָסט


אין די ראַמען פֿון די 6טע זומערקורסן פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור

די אַקטיוויטעטן דאָ–אונטן זענען אומזיסט פֿאַר אַלע אײַנגעשריבענע אויף די זומערקורסן. אַנדערע באַצאָלן דעם אָנגעגעבענעם טאַריף



מיטוואָך דעם 15 יולי, 20.00 אַז

רעפֿעראַט באַגלייט דורך לידער, אויף ייִדיש און פֿראַנצייזיש

אוצרות פֿון דער ייִדישער מוזיק

פֿון נאַדיאַ דעהאַן–ראָטשילד

טעמע : וואַרשע אין דעם ייִדישן ליד

אַרײַנגאַנג : 5 אייראָס . מיטגלידער : 3 אייראָס


דאָנערשטיק דעם 16טן יולי, 20.00 אַז

פֿילם

דער ווילנער שטאָט–חזן
פֿון מאַקס נאָסעק, פֿ"ש / 1939 / שוואַרץ-ווײַס / 85 מינ' / יידיש מיט ענגלישע אונטערשריפֿטן

אַ חזן פֿון ווילנע ווערט אַן אָפּערע–זינגער אין וואַרשע

אַרײַנגאַנג : 6 אייראָס . מיטגלידער : 4 אייראָס




דינסטיק דעם 21סטן יולי, 14.00 אַז

דאָקומענטאַר–פֿילם

דער לופֿטמענטש

פֿון מאַריעט פֿעלטין, פֿראַנקרײַך / 2006 / אין קאָלירן / 52 מינ
אין דעם דאָזיקן דאָקומענטאַר–פֿילם פֿאַרבעט אונדז רפֿאל גאָלדוואַסער, דער גרינדער פֿון דעם לופֿטטעאַטער אין סטראַסבורג און אָנפֿירער פֿונעם טעאַטער–וואַרשטאַט אויף די זומערקורסן, זיך אײַנצוטראַכטן אין דער פֿראַגע פֿון איבערגעבן די ייִדישע קולטור אין פֿראַנקרײַך, אין אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער און אין קאַנאַדע

אַרײַנגאַנג : 5 אייראָס . מיטגלידער : 3 אייראָס


דינסטיק דעם 21סטן יולי, 20.00 אַז

רעפֿעראַט באַגלייט דורך לידער, אויף ייִדיש און פֿראַנצייזיש

אוצרות פֿון דער ייִדישער מוזיק

פֿון נאַדיאַ דעהאַן–ראָטשילד

טעמע : לידער פֿונעם ניו-יאָרקער ייִדישן טעאַטער

אַרײַנגאַנג : 5 אייראָס . מיטגלידער : 3 אייראָס


מיטוואָך דעם 22סטן יולי, 14.00 אַז

דאָקומענטאַר–פֿילם

אַ גילגול פֿון אַ ניגון

פֿראַנקרײַך / 2006 / אין קאָלירן / 48 מינ/ ייִדיש מיט ענגלישע אונטערשריפֿטן
פֿילמירטע פּיעסע פֿון יצחק–לייבוש פּרץ, אויפֿגעפֿירט דורך לופֿטטעאַטער, מיט רפֿאל גאָלדוואַסער

אַרײַנגאַנג :
6 אייראָס . מיטגלידער : 4 אייראָס


מיטוואָך דעם 22סטן יולי, 14.00 אַז

דאָקומענטאַר–פֿילם
איטשע גאָלדבערג : אַ יאָרהונדערט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור

פֿון דזשאָש וואַלעצקי, פֿ"ש / 2006 / אין קאָלירן / 83 מינ/ ייִדיש מיט ענגלישע אונטערשריפֿטן
איטשע גאָלדבערג, געבוירן אין 1904 און געשטאָרבן אין 2006, אָנגעקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין 1920, איז געווען שטאַרק אַרײַנגעטאָן אין די פּראָסאָוועטישע ליטעראַרישע קרײַזן. ער איז אַן אויסגעצייכנטער עדות פֿון דעם ייִדישן ליטעראַרישן לעבן במשך פֿון אַ גאַנצן יאָרהונדערט
אַרײַנגאַנג :
6 אייראָס . מיטגלידער : 4 אייראָס




דינסטיק דעם 28סטן יולי, 20.00 אַז 28

פֿילם

דער פּורים–שפּילער

פֿון יוסף גרין, פֿ"ש / 1937 / שוואַרץ–ווײַס / 90 מינ' / ייִדיש מיט ענגלישע אונטערשריפֿטן
אַן אַקטיאָר גייט פֿון שטעטל צו שטעטל און פֿאַרליבט זיך אין אַ שוסטערס טאָכטער אין אַ שטעטל אין גאַליציע

אַרײַנגאַנג : 6 אייראָס . מיטגלידער : 4 אייראָס




Maison de la culture yiddish-Bibliothèque Medem
18, passage Saint-Pierre Amelot
75011 Paris
Tel : 01 47 00 14 00
Fax : 01 47 00 14 47
Site internet : www.yiddishweb.com

Publicité
Publicité
Commentaires
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
Publicité
Publicité