Canalblog
Editer l'article Suivre ce blog Administration + Créer mon blog
Publicité
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
23 décembre 2009

גאַנסבור, אַ פֿילם — אַ געשעעניש

GAINSBOURG_120x176גאַנסבור אַ העראָיִש לעבן 
דערציילונג פֿון זשאָאַן ספֿאַר

וועט געוויזן ווערן אין די קינאָ–זאַלן פֿון 20סטן יאַנואַר אָן


פֿאָר–פּרעמיערע
לטובֿת דעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער — מעדעם–ביבליאָטעק 
דעם 12טן יאַנואַר 2010, 20 אַז'
זען אַדרעס אין פֿראַנצייזישן טייל

דאָס איז דער משונהדיקער און פֿאַנטאַסטישער לעבנסוועג פֿון סערזש גאַנסבור (אַן אָפּשטאַמיקער פֿון דער פֿאַמיליע גינצבורג), דער זינגער מיטן באַרימטן „גרויסן מויל“. אַ ייִדיש ייִנגעלע מאַכט אָנשטעלן אינעם נאַצי–אָקופּירטן פּאַריז ; אַ יונגער שעמעוודיקער פּאָעט פֿאַרלאָזט זײַנע לײַוונטן און זײַן בוידעם–שטיבל און ווערט דאָס שײַנדל פֿון די טראַנספֿאָרמיסטישע קאַבאַרעטן פֿון די זעכציקער יאָרן. דאָס איז אַ „העראָיִש לעבן“, אין וועלכן די שאַפֿונגען פֿון זײַן גײַסט קריגן ממשות אויפֿן עקראַן, און זײַן שאַרפֿע צונג לאָזט זיך הערן צוזאַמען מיט דער סענסאַציע פֿון זײַנע סקאַנדאַל–ליבעס. אַזוי אַרום ווערט געבוירן אַ בונטאַריש ווערק, וואָס אין זײַן צענטער שטייט אַ געטרײַער–רעבעלישער בירגער וועמענס נאָמען  וועט אָפּקלינגען איבער דער גאַנצער וועלט

www.gainsbourg-lefilm.com

מיטן בײַזײַן פֿונעם רעזשיסאָר
אונדזער דאַנק פֿאַר זשאָאַן ספֿאַר, אואַן וווירלד פֿילמס, סטודיאָ 37, יוניווערסאַל פּיקטשערס אינטערניישאָנאַל פֿראַנס, פֿראַנס 2 סינעמאַ, לילו פֿילמס, קסילאַם–פֿילמס און די קינאָס גאָמאָן 

b011

אומבאַדינגט נייטיק צו רעזערווירן אין פּאַריזער ייִדיש צענטער ביזן 4טן יאַנואַר :
שיקט אײַער
 רעזערוויר–בקשה און טשעק אויפֿן אַדרעס
Maison de la culture yiddish-Bibliothèque Medem 18, passage Saint-Pierre Amelot 75011 Paris.
די רעזערווירטע בילעטן דאַרף מען אָפּנעמען אויפֿן זעלבן אַדרעס פֿאַר דעם 12טן יאַנואַר
 

רעזערווירט אײַער פּלאַץ

Publicité
Publicité
Commentaires
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
Publicité
Publicité