Canalblog
Editer l'article Suivre ce blog Administration + Créer mon blog
Publicité
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
23 décembre 2009

אַ נײַער וואַרשטאַט

פֿון דור צו דור 

וואַרשטאַט צו פֿאָרשן די משפּחה–געשיכטע

אָנגעפֿירט דורך פֿראַנסואַז מילעווסקי

די מחברטע פֿון „אַ יזכּור–בוך — אויף די שפּורן פֿון אַ ייִדישער משפּחה אומגעקומענער אינעם חורבן“, אַרויסגעגעבן דורך דעם פֿאַרלאַג לאַ דעקוּווערט

איין דאָנערשטיק אַ חודש, פֿון 19.00 ביז 21.00 אַ זייגער

די קומענדיקע באַגעגענישן : דאָנערשטיק דעם 28סטן יאַנואַר, דעם 18טן פֿעברואַר און דעם 25סטן מאַרץ

דער וואַרשטאַט וועט זיך אָנהייבן מיטן פֿאָרשטעלן פֿון די פֿאָרשמעטאָדן. די צווייטע באַגעגעניש וועט זײַן געווידמעט די פֿראַגעס און פּראָבלעמען פֿון יעדן אָנטייל–נעמער

פּרײַז (6 באַגעגענישן ביז יוני) : 90 אייראָס

נאָר פֿאַר מיטגלידער פֿונעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער

Publicité
Publicité
Commentaires
דער בריוו פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער - מעדעם–ביבליאָטעק
Publicité
Publicité